top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גירא בעיני דשיטנא • גרויסע יו"ט חלוקה דורך מפעל 'שקל הטהור' בנשיאות האד' מסאטמאר פאר 5,000 משפחות מבני הישוב הישן

זונטאג שבוע שחל בו פסח • י"ג ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


דעם ליל שישי ערב שבת הגדול איז ווידעראמאל פארגעקומען די גראנדיעזע חלוקה דורך מפעל שקל הטהור דער קופה פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואו עס איז פארטיילט געווארן ספעציעל רחבות'דיגע תמיכות פאר ארום 5000 משפחות בני תורה, כולל יונגעלייט, וואס לערנען אין כוללים על טהרת הקודש און משפחות שבורי לב אלמנות ויתומים מבני הישוב הישן בארה"ק.


די חלוקה איז פארגעקומען אין די זאלן בבית מדרשו של רבי, ביהמ"ד אהל רחל ד'סאטמאר, ווי די זיבעציג גבאי קודש זענען געקומען אפנעמען די ענוועלאפס פון די טשעק'ס צו פארטיילן צווישן זייערע קהילות וואס איז צושפרייט איבער גאנץ ארץ ישראל, ירושלים, בני ברק, בית שמש, צפת, אין די אנדערע חרדישע ישובים ברחבי ארה"ק.


די חלוקה אדירה צייכענט אפ פיר יאהר זינט די ערשטע חלוקה פונעם סאטמאר רבי'ן שליט''א פאר בני הכוללים בארה"ק ערב פסח תשע"ד לפ"ק, געבנדיג חיזוק פאר די חושבע בני תורה צו אנגיין ווייטער מיטן פעלזן פעסטע אמונה נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די רוחות זרות הנושבות, אין נהנה זיין פון נישט ריינע געלט, און אין די זעלבדע צייט א ריכטיגע "גירא בעיני דשיטנא" און קלארע ענטפער פאר די ציוניסטישע רעגירונג און זייערע סאנקציעס אפצושטעלן שטיצע פאר די ישיבות הקדושות און כוללים לענגאויס ארץ ישראל.


די 5,000 טשעקס איז שוין צוגעגרייט געווארן פריער אין טאג, נאכדעם וואס די פונקטליכע דעטאלען זענען אויסגעארבעט געווארן אונטער די געניטע אנפירעשאפט פונעם רבין'ס זון הרה''צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א, און דער משב"ק הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א, וואס גייט איבער די ליסטעס מיטן רבי'ן שליט"א בעפאר יעדע חלוקה, און באשטעטיגט די פרישע בקשות פון בני ישוב הישן מסלתה ומשמנה פונעם יהודת הנאמנה בארה"ק.





















Comments


bottom of page