top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יציקת הבורות ביים נייעם סאטמארע ביהמ"ד "לב אהרן" שכונת סאוט אכט אין וויליאמסבורג‎

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

א הערליכע מעמד יציקת הבורות איז אפגעהאלטן געווארן דעם זונטאג אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף סאוט אכט אין וויליאמסבורג. די מעמד איז געוועהן אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע איז ספעציעל אריינגעקומען אין שטאט צו באשיינען די מאורע. דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם אלטן ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד חתימת שטרות ווי די חשובע נדבנים האבן געשנאדערט גרויסע געלטער פארן ביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד וועלכע האט ארויסגעברענגט לשבח פון די מתפללי הביהמ''ד אז רבו ככולו פון די געלט צו בויען די בית המדרש איז געקומען פון די מתפללים, וואו עס איז אויפגעטריבן געווארן דעם אסטראנאמישע סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער! וואס האט זיך אויסגעפעלט צו ענדיגען די ביהמ"ד. דערנאך זענען די נדבנים ארויף אויפן אויבנאן און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א און דער רבי האט יעדעם עקסטער ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.


די רבי האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש, און מעורר געווען איבער די מצב אין אידישקייט היינט צוטאגס און געזאגט אז ווען מען באנייט א סאטמאר'ע ביהמ"ד דארף מען זען אז עס זאל זיין מיוסד אויף די סאטמאר'ע יסודות וואס דאס זענען 'תורה ויראה' און דאס איז סיי מיט קביעות עתים לתורה פארן דאווענען, גיין אין מקוה, דאווענען מיט א קול און התלהבות, און אזוי אויך בעניני צניעות וואס דאס איז יראת שמים, תרומה איז א לשון הפרשה מען דארף זען צו האבן א הפרשה סיי פון די גויאישע גאס און סיי פון די אידישע גאס און אכטונג געבן אז די ביהמ"ד זאל באלאנגען פאר די מחנה אלקים און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די מחנה מגושמים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים, פארן חשובן דיין שליט"א און צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו פאר די עסקני הביהמ"ד.


פון דארט איז דער רבי אריבער צום נייעם ביהמ"ד, דער רבי איז צום ערשט ארויף אין היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט, דערנאך איז דער רבי אראפ צום מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען צו גיסן, הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און די חשובע נדבני הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, די רבי האט ווידער משמיע געוועהן דברות קודש און אנגעוואונטשן אז מען באנייט א סאטמארע ביהמ"ד זאל זיין דא תורה עבודה און גמילות חסדים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.



















































Comments


bottom of page