מאנטאג פ' ראה • כ"ב אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדעיר קרעדיט: י. שטיין
פרלאפענעם וואך מיטוואך האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין קעמפ'ס וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידי המוסדות אויף די ימי הקיץ, די באזוכן אין די קעמפ'ס האט ווי שטענדיג איבערגעלאזט א געוואלדיגן רושם אויף די תלמידים אין תלמידות אין בפרט די דברות קודש אין דברי הדרכה וואס די רבי האט פאר זיי משמיע געוועהן.
אינדערפרי האט זיך דער רבי ארויס געלאזט פון קרית יואל אויפן וועג צום מחנה רב טוב - בחורים קעמפ אין סוואן לעיק, וואו די רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון די מוסדות אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן לידזשער לעיק קאנטרי צום שטוב פון הנגיד ר' אהרן וויינבערגער הי"ו אויף פת שחרית. מיטאג צייט איז דער רבי אנגעקומען צוריק אינעם קעמפ ווי דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים און האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, צום ערשט אינעם ביהמ"ד פון די תלמידי וויליאמסבורג, ווי דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט די בחורים פאר א לענגערע צייט, איידערן פארלאזן די ביהמ"ד האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים אין מסכת קידושין. דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם ביהמ"ד פון די בארא פארקער ישיבה, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים. דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, וואו מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און דברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון.
נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום מחנה רב טוב - מחנה נתן צבי פון די תלמידי מוסדות סאטמאר כתות ו' ז' ח' פון וויליאמסבורג און בארא פארק וואס זענען סטאנציאנירט אין מאנטיסעלא ניו יארק, דער רבי איז ארומגעגאנגען צו די פיר בתי מדרשים, צום ערשט ביי די בתי מדרשים פון די סניפים פון וויליאמסבורג און דערנאך בארא פארק, וואו דער רבי האט פאר אריבער א שעה ארומשפאצירט צווישן די קינדער זיך אומקוקנדיג ווי אזוי זיי לערנען, און זיך מפלפל געווען מיט די קינדער אין די לימודים. ביים ארויסגיין האבן אפגעווארט די קליינע קינדער תלמידי המחנה וועלכע האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר די קינדער. דערנאך איז פארגעקומען די צענטראלער מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט אלע קינדער אינעם חדר האוכל פונעם קעמפ,, ווי די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די תפילות פון תינוקת של בית רבן און כהכנה צו די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר אלע קינדער. בעת'ן וויילן אין קעמפ האט דער רבי באגריסט די אייניקלעך תלמידי המחנה און זיי געגעבן טאשן געלט כמנהג אביו הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע. דער רבי שליט"א האט דאן פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער שטייענדיג אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ.
Comments