top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור הוד פון האד' מוויזניץ בקרב חסידיו אין שטאט עפולה לאזט איבער הויפענעס חיזוק פאר עדת צאן מרעיתו

דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר

 

ברגשי שמחה וחדווה האבן חסידי וויזניץ איינוואוינער פונעם בליענדן יישוב עפולה מקבל געווען את פני הקודש פון מאורם ורבם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער איז נעכטן אנגעקומען לבקר בהיכלו אויף א געהויבענע ביקור קודש בקרב הקהילה אינעם קריה המעטירה וויזניץ עפולה.


פארמיטאג איז דער רבי ערשינען בשערי העיר, וואו די חסידים זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א, אין שפיץ פונעם רב הקהילה הרה"ג ר' מנחם מענדל טאבאק שליט"א, די רבי שליט"א באלד צוגעפארן צום חצר פונעם נייעם בנין התלמוד תורה וועלכע ווערט נתחנך ברוב פאר והדר צום דעם זמן אלול, וואו די ילדי החמד האבן אפגעווארט דעם רבי'ן בשירה וזמרה אינעם שפיל-הויף פון תלמוד תורה, דאן איז דער רבי צוגעגאנגען צום הויפט אריינגאנג פונעם נייעם בנין, ווי די מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' יעקב חיים זארגער הי"ו האט איבערגעגעבן די מזוזה, און די רבי האט קובע געווען די מזוזה בשם ובמלכות, נאכגעפאלגט מיט א שולחן לחיים בכלי שיר אינעם חצר התלמוד תורה מיט די השתתפות פון די ילדי וצוות התלמוד תורה. די רבי האט פארטיילט מזונות פאר אלע עסקני המוסדות און פארן מעיאר פון שטאט אבי אלקבץ, און דאן משמיע געווען מדברות קדשו לכבוד המאורע.


דערנאך איז די רבי אריין אינעם נייעם פראכטפולע בנין התלמוד תורה, ווי די רבי שליט"א האט דארט אויפגענימען קהל חסידיו תושבי העיר בפתקא דרחמי לקראת ימי הרחמים והרצון, פאר עטליכע שעה נאכאנאד זענען די חסידים אנשים וטף דורך אל מול פני הקודש כבני מרון. שפעטער נאכמיטאג נאך א הפסקה פון עטליכע שעה איז די רבי ווידער ערשינען אינעם היכל אינעם תלמוד תורה אויף תפילת מנחה אינאיינעם מיט אלע חסידים תושבי העיר, און דערנאך ממשיך געווען מיטן קבלת קהל.


שפעטער ביינאכט איז געפייערט געווארן דעם מעמד אדיר ומפואר שמחת חנוכת הבית פון די צוויי פרעכטיגע און מאיסטעטישע בנינים פון מוסדות החינוך דחסידי וויזניץ, די בנין התלמוד תורה, און די נייע סעמינאר 'בית יעקב' פאר בנות וויזניץ, די מעמד איז פארגעקומען אינעם חצר פון תלמוד תורה בקול תרועה והמון חוגג מיט די באטייליגונג פון כלל חסידי וויזניץ תושבי הקריה זקנים עם נערים, קאמבאנירט מיטן סעודת ראש חודש אלול.


די רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד אנגעטוהן מיטן קאלפיק כנהוג לכבוד ראש חודש, און זיך געוואשן צום סעודה, די וויזניצער קאפעליע האט מהנה געוועהן מיט ניגוני שבח והודאה, און עס איז געהערט געווארן דרשות דורך די מנהלי המוסדות, די מעיאר פון שטאט, וועלכע האט אויך ערהאלטן א ספעציעלע תעודת הוקרה פונעם רבי'ן שליט"א פאר זיינע פעולות לטובה לטובת די וויזניצער קהילה אין שטאט.


די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש בשבח הקהילה און מיט א שבח והודאה על שהיגיענו עד הלום דערגרייכנדיג דעם לאנג ערווארטעטע מאמענט ווען מען איז מרחיב די גבולי הקדושה, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב. דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט א פייערדיגן ריקוד און דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס.














































Comments


bottom of page