מוצאי שבת פ' יתרו • י"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

גאר א געהויבענע שבת שירה פארריבער בקרב תלמידי וחסידי קאשוי אין מאנסי ווען צום ערשטן מאל זינט דאס איבערנעמען דעם כס האדמורו"ת האט דער רבי שליט"א געפראוועט א 'שבת שירה' אין שטאט מאנסי.
דער שבת איז געקומען נאכפאלגענדיג די הרבחת גבולי הקדושה פון עדת צאן מרעיתו אין שטאט, ווען מיט עטליכע וואכן צוריק האט זיך געעפנט די טויערן פונעם בית המדרש התאחדות אברכים 'ברכת שמים' ד'קאשוי אויף די סוזען גאס און מאנסי, מיוחד פאר תלמידי וחסידי קאשוי אין שטאט, זיך צוזאמצוהאלטן און אנווארעמען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, דער ווינקל האט ווירקליך גאר שטארק אויסגענומען ביים ציבור, און דער בית המדרש האט זיך בליץ-שנעל איינגעקויפט א נאמען אלס א תל תלפיות און געשמאקע חסידישע שטיבל פאר מבקשי השם.
לאור די הרחבת גבולי הקדושה איז דער רבי שליט"א נעתר געווארן לבקשת עדת צאן מרעיתו און אריבערגעקומען קיין מאנסי, וואו עס איז געפראוועט געווארן א געהויבענע שבת שירה מיט תלמידיו הקרויים בנים, חסידי קאשוי תושבי העיר, אינאיינעם מיט א גרויסע צאל געסט חסידים ואנשי מעשה פון אומעטום וואס האבן נישט געוואלט פארפאסן דעם געהויבענעם שבת.
ביי די עריכת השולחנות פרייטאג צו נאכט און ביי שלש סעודות האבן זיך אנגעזען א ריזן ציבור תושבי העיר וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן, אין שפיץ פון חשוב'ע רבנים ומנהיגי העדה אין שטאט מאנסי, אזוי אויך ביי די ווארעמע תפילות בראשות דעם רבי'ן שליט"א איז דער בית המדרש געווען געפאקט מקצה אל קצה, וינועו אמות הסיפים.
דורכאויס די טיש ליל שב"ק און די אנדערע תפלות האבן זיך אנגעזען צווישן אנדערע אחיו הרה"צ רבי עקיבא דוד שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדזשיקוב מעליץ שליט"א, הגה"צ אבד"ק תולדות אהרן, כוונת הלב, קאפיש, מאדע, דעעש מאנסי, בית שערים אופאלע שליט"א, הרה"ג ר' נחום אבראהאם שליט"א און נאך.
מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א מלוה מלכה געאייגנט פאר די מתפללי בית המדרש, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט גאר ווארעמע דברות קודש פאר תלמידיו החביבים, באגלייט מיט דברי הדרכה ויסודות בדברים העומדים על הפרק אין א בחינה פון עכבו עלי יום אחד.






Comments