top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בצל בניו האדמור"ים במקום הנופש אין 'קאניגסלייטן' עסטרייך

זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן מוצאי שבת מיטגעהאלטן די סעודת הילולא אינעם קור-ארט קאניגסלייטן עסטרייך לכבוד די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל 'עטרת ישראל' מסאדיגורא זצוק"ל בצל בניו האדמו"רים מסאדיגורא ירושלים און סאדיגורא לאנדאן, דער סעודת הילולא איז פארגעקומען אינעם צענטראלן ביהמ"ד אין קאניגסלייטן וואו די אדמור"ים וויילן אצינד אויף אפרוה וואו מען האט זיך געוואשן צום סעודה און סעודתא דדוד מלכא משיחא. אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן די חשובע רבנים הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר לאנדאן, הרב ישראל פלינטנשטיין בן האד' מקאפיטשניץ, הרה"צ רבי סענדר ליפא אייכנשטיין מאלעסק לאנדאן און נאך. ביידע ברודער האדמור"ים האבן געזאגט תורה, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה ירושלים שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און נאכן בענטשן איז דער ציבור דורך וואונטשן לחיים.


כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א וועלכע האט געזאלט היינט אהיימפארן צום הילולא, איז אין א לעצט מינוטיגער טויש פארבליבן אין עסטרייך נאכדעם וואס טייל פלי רייזעס קיין ארץ ישראל זענען אפגערופן געווארן די מלחמה אנגעצויגנקייט די נאכט אין ארץ ישראל. די רבי שליט''א וועט משמיע זיין דברות קודש דורך א הוק-אפ צום סעודת הילולא היינט נאכט בבית מדרשו אין עיה"ק ירושלים.

















Opmerkingen


bottom of page