top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ותקהל כל העדה: כינוס היסוד "מצא טוב" שטעלט אראפ שטאנדהאפטיגע 'חתונה סטאנדארטן' פאר חסידי וויזניץ מאנסי

דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

אלס מכה בפטיש פון די גראנדיעזע "מצא טוב" רעוואלוציע אינערהאלב ק"ק וויזניץ מאנסי, האבן זיך די טויזנטער חסידים זקנים עם נערים איינגעזאמלט פאריגן דאנערשטאג נאכט אויף א דרינגענדע כינוס אדיר "מעמד היסוד", וואו די שטאנדהאפטיגע נייע 'חתונה סטאנדארטן' צו קענען חתונה מאכן אויף שפארזאמען אופן, איז אפיציעל אראפגעשטעלט געווארן פאר'ן גאנצן ציבור. אין די פארלאפענע חדשים זענען די "מצא טוב" סטאנדארטן פארגעלייגט געווארן ביי אסיפות גדולות, באזונדער פאר די בחורים פון ישיבה גדולה, באזונדער פאר די עזרת נשים, און באזונדער פאר די ערוואקסענע תלמידות, און אצינד איז געקומען די רייע אויף כל הקהל הקודש, וועלכע האבן כולם כאחד מקבל געווען צו גיין מיט די נייע סטאנדארטן, צו קענען חתונה מאכן מיט א מנוחה ושמחה שלימה.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך הרה"ג ר' שרגא סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת שמשון רפאל הירש, וועלכער האט אלס מנהל בית יעקב אין מאנסי קעגנגעקומען דעם וועד מצא טוב פון וויזניץ, דורכצופירן א פולשטענדיגע רענאוואציע אינעם אולם בית יעקב, מ'זאל דארט קענען חתונה מאכן פאר ביליג, אין איינקלאנג מיט די נייע סטאנדארטן.


א שטורמישע דרשה איז דאן געהערט געווארן דורך הגה"צ רבי חיים פייבל שנעעבאלג שליט"א אב"ד קהל אברכים מאנסי, וועלכער האט געשטורעמט איבער'ן אומדערטרעגליכן מציאות פון חתונה מאכן היינט צוטאגס ביי רוב רובם פונעם ציבור, און די קריטישקייט צו ברענגען דעם קריזיס צו אן עק.


דאן האט מען געהערט די דברים כדרבונות דורך הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכער האט ברייט אויסגעשמועסט די וויכטיגקייט פון די נייע סטאנדארטן, און אפעלירט אז אפילו ווען געוויסע מענטשן האלטן אז געוויסע זאכן דארפן געטון ווערן אנדערש, איז א פליכט צו קוקן פאזיטיוו און זיין פון די יש דורשין לשבח, און נאר אזוי וועט מען בעז"ה קענען מצליח זיין. בתוך דבריו האט רבי יעקב יוסף ארויסגעהויבן לשבח דעם איש חי ורב פעלים און הויפט עסקן פאר דעם פראיעקט, הרב הערש אלימלך פיש שליט"א, זאגנדיג אז נאך מיט איבער צוואנציג יאר צוריק האט ער זוכה געווען איבערצונעמען דעם עול פונעם קופת "עזרת נישואין", אויף די פערזענליכע בקשה פונעם זיידן דער רבי דער תורת מדרכי זצ"ל, און אין א בחינה פון מצוה גוררת מצוה, האט ער יעצט די זכי' צו מזכה זיין די גאנצע קהלה מיט די אזוי וויכטיגע 'מצא טוב' חתונה סטאנדארטן.


אינעם קלימאקס האט מען זוכה געווען צו הערן די דברים חוצבים בחובת השעה דורכ'ן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכער האט מנהמת לבו אראפגעלייגט דעם שווערן מצב, וויפיל מאל ער דארף אריינרופן קרובים און נאנטע פריינט פון מחותנים צו צאמשטעלן געלט פאר די חתונה, און די מחותנים גייען צו די חתונה מיט אזא שווער הארץ, נאכ'ן צאמשנארן פון א האלבע שטאט. דער רבי האט אויפגעפאדערט דעם גאנצן ציבור יעדער זיך צושטעלן, אפילו די מיעוט וואס קענען זיך ערלויבן, זאל מען האבן די אחריות פאר רוב רובם פונעם ציבור וואס איז אנגעוויזן דערויף, און עס וועט זיין א געוואלדיגער זכות.


רעדנדיג פאר די גאנצע קהלה תחת קורת גג אחד, האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגנהייט, זאגנדיג אז ער האט שוין גערעדט דערפון אפאר מאל ביי שלש סעודות, אבער זעט אויס אז נישט יעדער איז געווען און געהערט, וויל ער דא מעורר זיין דערויף, פארשידענע עניני צניעות הצריכים תיקון, פרויען זאלן זיך נישט דרייען אויף די גאס שבת נאכמיטאג מנחה צייט ווען די מענער גייען אין שול, און דאס זעלבע דורכאויס די וואך ווען כולל יונגעלייט גייען אהיים, און שטארק מתריע געווען קעגן דאס גיין שפאצירן אין גאס צוזאמען איש ואשתו, אויף וואס דער טאטע האט אזוי מתריע געווען בכל עת וזמן. מיט גרויס ווייטאג האט דער רבי דערמאנט די ירידה אין די אלגעמיינע גאס מיט די לאנגע און אומאויסגעהאלטענע שייטלען, דארף מען זען זיך צו האלטן ערליך און איידל, און נישט נאכגיין די פארגוישטע מאדערנע גאס.


צום שלוס האט מען געהערט די דרשה נפלאה דורך הגה"צ אב"ד לימנוב שליט"א, וועלכער האט במתק לשונו ארויסגעברענגט שטארקע נקודות איבער דעם אופן ווי אזוי שמחות ווערן היינט געפראוועט, און דער טויש וואס פאדערט זיך צו קענען זיכער מאכן אז דער מחותן איז טאקע 'דא' ביי דער שמחה, און נישט פארנומען מיט דאגות און כל מיני נארישקייטן. דער כינוס האט זיך דאן געשלאסן מיט א פאראייניגטע געמיינזאמע גייסט ביים גאנצן ציבור לקבל ולעשות די נייע סטאנדארטן, אנהייבנדיג דערמיט א נייע פרייליכע עפאכע בקרב עדת חסידי וויזניץ, וואו חתונה מאכן באדייט אן אמת'ע שעת שמחה, פריי פון דאגות.

Comments


bottom of page