top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנה דרבה צום הילולא קדישא פון מופת הדור וקדוש ישראל הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע

מיטוואך פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

מיט קוים איין וואך פארבליבן צום גרויסן טאג ה' כסלו, דער טאג וואס איז שוין פאר די לעצטע 151 יאר פארהייליגט אין כלל ישראל, אלס יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל, גרייטן זיך טויזנטער אידן פון אומעטום צו די געהויבענע נסיעה קיין טשענגער, אונגארן, צו שפירן דעם אומפארגעסליכן טעם רוחני פון התעוררות ישועה ורחמים וואס פילע טויזנטער האבן שוין זוכה געווען צו שפירן אין די פארלאפענע יארן.


דער טשענגער יארצייט איז זינט דאס הסתלקות פון אותו צדיק וקדוש זי"ע געווען א געוואלדיגן צוציאונגס-קראפט פאר שלומי אמוני ישראל פון איבער גאנץ אונגארן און אומגעגנט וואס זענען געקומען צום ציון הק' מתפלל זיין על מקום מנוחתו פון דעם גרויסן פועל ישועות בקרב הארץ וואו אידן האבן שטענדיג געזעהן נפלאות גדולות און גע'פועל'ט ישועות בכל הענינים.


די נסיעות קיין טשענגער וואס זענען אין די לעצטע יארן אויפגעפרישט געווארן ביתר שאת, איז שוין ביי טייל געווארן ווי א סטאנדארד, פארנדיג יאר נאך יאר שופך שיח זיין אויפ'ן ציון הק', זייענדיג א חלק פון דעם גרויסן התעוררות דרבים וואס מען געפונט היינט גאנץ זעלטן.


אין די צייט וואס הכנסת אורחים טשענגער שטייט גרייט מיט אן פול-טעטיגער אפיס אין ניו יארק ארויסצוהעלפן דעם ציבור מיט די הכנות צום נסיעה, ווי טיקעטס, טראנספארטאציע א.ד.ג. (דער ניו יארקער אפיס נומער איז: 718.400.8889) אבער דער גרויסער ארבעט הויפטזעכליך קאנצענטרירט אין טשענגער, על מקום מנוחת קדשו.


אין די יעצטיגע טעג ווערן שוין געמאכט די ענדגילטיגע צוגרייטונגען אינעם בנין החדש שע"י הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק', אין וועלכע עס וועלן ווערן אהערגעשטעלט אלע צרכי רבים אין א באקוועמע און ווארעמע אטמאספער. דער בית המדרש פאר מניני תפלה, און עס-זאל איז צוגעגרייט ברייטע און נארהאפטיגע מאלצייטן  דורכאויס דעם גאנצן מעת לעת, און דערצו וועט היי יאר אויך זיין א באזונדערע אפטיילונג פאר פרויען.


מען האט די יאר צוגעבויט א שטיבל פארן צייטווייליגע ביז מען וועט קענען מסדר זיין בעז"ה דעם נייעם מקוה אינעם בנין הבית מדרש אין טשענגער. אויך וועט היי יאר אי"ה זיין צוגעשטעלט אין אונגארן באקוועמע טראנספארטאציע פון און צו דעם לופטפעלד.


א הויכפונקט פונ'ם טאג וועט זיין דער צענטראלער סעודת הילולא וואס וועט אי"ה געפראוועט ווערן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בעצם ליל ההילולא, אום 8:00 אווענט, מיט די באטייליגונג פון א גרויסן ציבור. די סעודה וועט אי"ה באשיינט ווערן פון חשוב'ע אדמורי"ם ורבנים שליט"א פון ארץ ישראל, אירופא און ניו יארק, נכדי בעל ההילולא זי"ע, וואס וועלן זיצן בראש המסובין און משמיע זיין דברי תורה און סיפורי קודש פונ'ם בעל ההילולא זי"ע.


די פולע באשטעטיגטע משתתפים אויף די נסיעה קיין טשענגער זענען מתפלל א תפלה קודם לתפלה, אז זייער הארציגע תפלות אויפ'ן ציון הק' אין טשענגער זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון, און אז די געהויבנקייט פון דער טשענגער יארצייט זאל איבערלאזן א שטענדיגע ברכה ביי זיי אין שטוב, ויהא צאתם ובואם לחיים ולשלום.



留言


bottom of page