מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט פייערליכע עקסטאז רישן זיך כלל חסידי ראחמיסטריווקא אין ניו יארק צום מעמד אדיר ונהדר "יסוד איתן" וואס איז פערזענליך פאררופן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א פעסטער שטאנדהאפטיגער יסוד איתן פאר די נייע גיגאנטישע קאמפלעקס, דער מחנה החדש "ראחמיסטריווקא זומער קעמפ" - א מולטי מיליאן דאללער פראיקט וואס מען האט אנגעהויבן בברכתו ועידודו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצוק"ל און בויט זיך מיט שנעלע אימפעט אין די קעטסקיל בערג, צו דינען אלס אכסניא של תורה פאר די טויזנטער תשב"ר פון די ראחמיסטריווקא מוסדות אין ניו יארק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
דער מעמד הנשגב "יסוד איתן" וועט אפגעהאלטן ווערן אויף א גייסטרייכן פארנעם לכל קהל עדת ראחמיסטריווקא, וועלכע וועלן פארזאמלען כאיש אחד ובלב אחד דעם קומענדיגן מיטוואך תולדות, אין די פראכטפולע זאלן פון "אולם הייטנער" אין בארא פארק, וועלכע וועלן מיט געמיינזאמע ברידערליכע הערצער גיסן די ווארעמסטע שטיצע צו ערמעגליכן פאר'ן ראחמיסטריווקער רבי'ן שליט"א אויסצופירן מכח אל הפועל דעם ריזן פראיעקט וואס ציט אריין אין די מעגא קאסטן פון "מיליאנען דאלארן", און עס בויט זיך שוין גאר העפטיג, ווען קוים דריי חדשים נאכ'ן גרויסן מעמד אבן הפנה, דעם פארלאפענעם זומער תשפ"ד, זענען שוין דריי בנינים ארויפגעצויגן און מ'האפט בעז"ה צו קענען מחנך זיין די מחנה החדש נאך אויף דעם זומער תשפ"ה בשעטומ"צ.
Comentarios