מיטוואך אחרי - אסרו חג פסח • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: משה גולדשטיין
א אייגנארטיגע און התרגשות'דיגע באזוך איז פארגעקומען דעם חול המועד פסח בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורך הגאון רבי צבי קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת 'היכל התורה' וואס האט זוכה געווען עטליכע מאנאטן צוריק צו ארויסווייזן קבל תבל ומלואו אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, מיט די פלא'דיגע געבורט פון זיין יונגעלע נאך לאנגע צענדליגע יארן פון האפן און ווארטן.
ווען די גאון איז אריינגעקומען האט ער מיטגעברעגנט א מנחת ביכורים זיין ספר חידושים 'תורת צבי', זיך אויסדרוקענדיג דערביי מיט א ענוות חן אז פאר די רבי שליט"א וועט ווארשיינליך נישט זיין קיין חידושים… די רבי שליט"א האט אויפגענומען די ספר בשמחה און אנגעפרעגט די ראש ישיבה שליט"א צו ער פלעגט יארן צוריק ארויסגעבן קונטרסים מיטן נאמען 'בית התלמוד', ווען די ראש ישיבה האט באשטעטיגט אז ער פלעגט עס ארויסגעבן מיט פולע יארן צוריק האט די רבי שליט"א ערווענט אז ער געדענקט די קונטרסים על שולחנו הטהור פון זיין טאטן הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי''ע פאר ארום פופציג יאר צוריק.
דערנאך האט זיך די שמועס אריבערגעצויגן צו די גרויסע קידוש ה' און נס גדול וואס האט פאסירט ביים ראש ישיבה שליט"א, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט "איך בין אביסל א גרויסע מאמין, איך האב אלע יארן געגלייבט באמונה שלימה אז וואס דו באשעפער טוט איז גוט און די מצב איז די בעסטע פאר מיר, נאך זיבעציג יאר זיך שטארקן מיט אמונה בתמימות און בשלימות האב איך זוכה געווען צו די ברכה".
די רבי שליט"א האט נאכגעזאגט א מערקבארע ווארט פונעם 'ישועת יעקב' וואס שרייבט אז דאס וואס עס שטייט אז די באשעפער רעכנט אראפ די זכותים פון א מענטש פאר וועמען ער האט געמאכט א נס, זאגט די ישועת יעקב אז דאס איז נאר ביי א פריוואטע נס פאר א מענטש, אבער א נס וואס געשעט ברבים און עס קומט ארויס א קידוש ה' דערפון איז אדרבה ואדרבה מען לייגט אים צו און מען איז מוסיף זכותים.
די רבי שליט"א האט צוגענדיגט זאגענדיג אז די אייבישטער טוט נישט קיין גוטס נאר למחצה און דאס קינד וועט אוודאי אויסוואקסן לתורה ולמעשים טובים און ברענגען אסאך נחת. נאכן באזוך האט די רבי שליט"א ארויסבאגלייט די ראש ישיבה שליט"א צום טיר ווי זיי האבן זיך געזעגנט מיט ווארעמע וואונטשן.
Comments