מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א דערהויבענע מעמד חלוקה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג במעונו פון הגאון הצדיק רבי יהושע דוד טורצין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים אין ירושלים, בהשתתפות גדולי ישראל שליט"א, די חברי 'הנהלת העדה החרדית' און די ראשי ועסקני המוסדות על טהרת הקודש, באזונדער האבן זיך אנגעזעהן די אורחים חשובים מעבר לים די ברודער הנגידים מוה"ר שאול שמואל סטרולאוויטש און מוה"ר נחמן סטרולאוויטש הי"ו פון די ראשי הנהלת קופת קרן הצלה און די מייסדים פון די ספעציעלע חלוקה פאר די קהילות הקודש שע"י העדה החרדית.
אין די פארלאפענע יארן פלעגן די גרויסארטיגע חלוקות צו פארקומען במעון קדשו פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצוק"ל בעל שערי טוביה, דאסמאל איז עס פארגעקומען במעונו פון הגאון הצדיק רבי יהושע דוד טורצין שליט"א פון די פאן טרעגער פון קנאות און תורה על טהרת הקודש אין עיר הקודש ירושלים.
בראשם פון די באטייליגטע רבנים זענען געווען כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, אזוי אויך האבן זיך באטייליגט הגה"צ רבי שלמה מינצבערג שליט"א רו"מ ק"ק תפארת ירושלים פון די ראשי הנהלת העדה החרדית און הגאון רבי נח בראנדוויין שליט"א פון די רבנים חשובים אין ק"ק אנשי ירושלים.
די חשובע רבנים האבן אויפגעטראטן מיט פאסיגע ווערטער און זיך באדאנקט פאר די חשובע ברודער פאר זייער הילף צו שטיצן תורה בטהרה אין ארץ ישראל, דערנאך האט מען אויך געהערט פייערדיגע ווערטער פון הגאון רבי יהושע דוד טורצין שליט"א איבער די געוואלדיגע זכיה צו מחזק זיין די קהילות הקודש פון בני הישוב הישן וואס שטייען כחומה בצורה אקעגן די אלע וואס ווילן פורץ זיין די גדרות קודש.
דערנאך האבן די רבנים שליט"א אויסגעטיילט די פולע קאנווערטן פאר די עסקני ושליחי המוסדות און אלע אנגעוואונטשן בברכת קדשו צו קענען ווייטער אנגיין ביתר שאת און זיך קענען קעגן שטעלן מיט א שטארקייט און פעסטקייט קעגן די נייע פראווען פון די עוקרי הדת צו צווינגען בחורים צו דינען אין זייער טריפהנעם מיליטער היל"ת.
Comments