top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשבת אחים גם יחד: סעודת הילולא פון הרה"ק הנועם אליעזר מסקולען זי"ע ביי נכדיו האדמור"ים לבית סקולען

מיטוואך פ' שופטים • א' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער

 

אין דער סקולענער הויף אין מאנסי איז נעכטן אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע, בשבת אחים גם יחד אין שפיץ פון די אייניקלעך ממשיכי דרכו מרנן אדמורי"ם לבית סקולען שליט"א פון וויליאמסבורג, מאנסי און לעיקוואד. די רבי'ס האבן זיך געוואשן צום סעודה נאך מבעוד יום, און האט זיך געצויגן ביז אין די נאכט אריין, ליל ראש חודש אלול. בשעתן שולחן הטהור האבן די אדמור"ים פארגעזינגען ניגונים פונעם בעל הילולא, און דערנאך משמיע געוועהן דברות קודש און זכרונות.


די רבי'ס האבן יעדער באזונדער ארויסגעברענגט דער חובת השעה מתפלל צו זיין לרפואת דעם גדול האחים, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפואה שלימה, וועם דער רבי  – דער בעל הילולא האט  גאר שטארק ליב געהאט, און געהאט א עינו חביבה עליו די אלע יארן. עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון און מען איז א דורך וואונטשן לחיים. נאכמיטאג איידער די סעודת הילולא זענען די ברודער האדמור"ים ארויף צום ציון הק' אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי.



Comments


bottom of page