זונטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס שמחה און התרגשות האבן זיך חסידי פשעווארסק געוואונטשן מזל טוב מיטן אנקום פון די פרייליכע נייעס איבער די גרויסער שמחה אינעם רבינס הויף מיטן שידוך שליסן פון הכלה תחי' אייניקל פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, בתה היחידה פונעם רבינס טאכטער ע"ה וואס איז מיט פערצן יאהר צוריק טראגיש אוועקגעריסן געווארן נאכן זיין פארמישט אין א קאר עקסידענט, די פשעווארסקער רבי האט דאן אריינגענימען זיין אייניקל דאס יונג מיידל און אויפגעהאדעוועט די יתומה אלס אן אייגן קינד וואו די רבי שליט"א האט זיך פערזענליך אפגעגעבן און געזארגט פאר איר ווי א טאטע לכל דבר.
די כלה איז א טאכטער פון הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א און א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א לרפואה שלימה, די חתן איז א זוהן פון הרה"ג רבי יואל יאקאבאוויטש שליט"א ראש ישיבת קראלי אין וויליאמסבורג. דער שדכן איז הגה''צ רבי יוסף לייזער אב''ד פשעווארסק מאנסי א זוהן פונעם רבי'ן שליט"א.
היינט אויפדערנאכט נאך מעריב ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א במקום הנופש אין ווילרייק האט די רבי שליט"א - מריחוק מקום אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שידוך שליסן, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די חסידים זענען דורך וואונטשן מזל טוב.
ביים מסיבת לחיים במעון הקודש פונעם רבי'ן שליט"א אין ווילרייק
Comentarios