top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומפארגעסליכער וויזניצער שבת "מתנה טובה" אריבער אויף 200 נגידים ותומכים אפגעראכטן אויף א מלכות'דיגן פארנעם

דינסטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אברומי ברגר


פארלאפענעם שבת קודש האבן די העכער צוויי הונדערט חסידים ונגידים מיטגעלעבט גאר געהויבענע מאמענטן ביי די היסטארישע שבת אין ניו דזשערזי בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וואס האט זיך מטריח געוועהן בטירחא דגופא און געקומען צו פארן אויף דעם היסטארישן שבת, א שבת וואס וועט פארבלייבן איינגעקריצט ביי זיי אין זכרון אויף אייביג, ווען דער הייליקייט און פראכט פון שבת האט זיך אנטפלעקט מיט איר פולסטן גלאנץ און גלאריע.די שבת איז פארגעקומען אין די פראכטפולע 'מלון רעזארט' און איז געוועהן א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש, רייך צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות, די תפילות זענען פארגעקומען אין א ספעציעל דעזיגנירטע זאל אלס בית המדרש, און די סעודות אין א באזונדערע פראכטפולע זאל. באזונדער איז געווען צוגעגרייט א ספעציעלע פראגראם פאר די חשובע פרויען בית יעקב אלו הנשים.


דורכאויס פרייטאג ערב שבת איז געוועהן זמני כניסה ווי די נגידים זענען אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א מיט קוויטלעך, אויך כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א דער אורח הכבוד ביים דעם שבת האט אויפגענימען די משתתפי השבת לברכה. א קורצע צייט פארן כניסת הזמן איז פארגעקומען די מעמד הדלקת הנרות כד עייל שבתא, וואו די רבי שליט"א האט אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור געזאגט די תפילת השל"ה שטייענדיג נאנט צום יום המסוגל ערב ראש חודש סיוון און דער נואם הכבוד הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א האט געעפנט דעם שבת מיט פאסיגע דברי הכנה, די מעמד פתיחת השבת איז באגלייט געווארן בשירה וזמרה דורך די וויזניצע קאפעליע, און די בעלי מנגנים ר' מאיר אדלער, ר' יעקב דאסקאל, און די בארימטער אחים פאללאק.


ביים זמן הדלקת הנרות, האט די רבי געצינדן די ליכט און מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה דארט אין בית המדרש, נאך מנחה האט דעם רבינס זוהן הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויז'ניץ אלעד פארגעלעגנט די וועכענטליכע הלכה שיעור.כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א האט פארגעדאווענט א פייערדיגן קבלת שבת און הרב יענקל פעלדמאן איז מכובד געווארן צו זינגען לכה דודי. נאכן דאווענען האט די רבי שליט"א געציילט ספירה און מען איז דורך זאגן גוט שבת ביי די אדמורי"ם שליט"א.


נאכן דאווענען האבן ביידע רבי'ס קידוש געמאכט, זיך געוואשן צום טיש, און דערנאך ארויס אויף א הפסקה. ביים סעודה מיט די משתתפי השבת האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער לימינובער רב שליט"א, די קאפעליע האט אנגעפירט מיט די ניגונים, און מהנה געווען דעם ציבור בזמירות שירות ותשבחות א לענגערע צייט.ארום 1:00 זענען די אדמור"ים אריינגעקומען צום טיש, מען האט געזינגען די זמירות שבת, די רבי שליט"א האט דערציילט עובדות און סיפורים פונעם זיידן די הייליגע 'תורת חיים' זי"ע לכבוד די יארצייט, און מכבד געוועהן כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א צו זאגן תורה. מיטן בענטשן ביים טיש איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א, דאן האט מען ממשיך געוועהן דער צווייטער טיש ווי איינגעפירט אין וויז'ניץ, ווי די גאנצע עדה חסידים איז געזעסן ביז שפעט באנאכט און נהנה געווען מזיו השכינה. די רבי שליט"א האט פארגעזינגען ישמחו און די וויזניץ ירושלימער רבי האט פארגעזינגען קה ריבון.


שבת אינדערפרי איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צו שחרית, און עולה געוועהן שישי, כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א האט עולה געוועהן שלישי, נאכן ליינען האט דער רבי חודש געבענטשט און מכבד געוועהן בנו הגה"צ אבד"ק קרית וויז'ניץ שליט"א צו דאווענען מוסף. נאכן דאווענען איז געפראוועט געווארן א קידוש ברוב עם, ביי וועלכן די נגידים האבן זיך פון פריש אנגערופן מיט סכומים אדירים לטובת דעם ביהמ"ד, ובראשם הנגידים ר' אליעזר שיינער און ר' משה ישראל פעלדמאן וועלכער האבן געשנאדערט פאנטאסטישע סכומים דינענדיג אלס א ביישפיל פאר די אנדערע משתתפי השבת זיך אנצורופן ווארעם. ביים מיטאג טיש האט אויפגעטראטן דער נואם בחסד עליון הרה"ג ר' אברהם סאלינסקי שליט"א אויף די ענגלישע שפראך. פארן בענטשן איז די רבי שליט"א געטאנצן א קאדערל און אריינגערופן אלע כהנים און לויים צום רקידה.


ביי שלש סעודות האט ביידע רבי'ס איינגעטיילט די זמירות, די וויזניצער רבי האט געזאגט תורה און דער וויזניץ ירושלימער רבי האט געבענטשטש ברכת המזון. נאך מעריב האבן די רבי'ס געמאכט הבדלה, נאכגעפאלגט מיטן גייסטרייכן מעמד ויתן לך און נעילת השבת, וואו דער ציבור האט זיך געשיידט פונעם שבת מיט לעכטיגע געפילן און געהויבענע התרוממות נאכ'ן מיטלעבן אזא שבת מרומם.















































Comments


bottom of page