top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגנארטיגע ניחום אבלים פון תלמידי ישיבת 'עץ החיים' אין מאנסי ביי האד' מקאסוב

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

נעכטן מיטוואך זענען די בחורים פון די ישיבת 'עץ החיים' אין מאנסי - וואס איז געשטאנען תחת נשיאותו פונעם קאסובער רבי'ן זצוק"ל – אריבערגעפארן קיין בארא פארק אינאיינעם מיט דער ראש ישיבה הרה"ג ר' יואל הערש טעמפלער שליט"א צו מנחם אבל זיין די קינדער האדמור"ים והרבנים שליט"א, די בחורים האבן זוכה צו א קירבה יתירה פונעם קאסובער רבי שליט"א וואס איז אויפגענימען געווארן אלס נשיא הישיבה - במקום אביו, די רבי האט זיי באזונדער ארויפגערופן צום ווייבער שול און דערביי פארברענגט מיט זיי א שטיק צייט, בשעת א טייל פון די בחורים האבן געהאט די געלעגנהייט צו מעלה זיין זכרונם הטוב פונעם רבין זצ"ל און האבן ארויסגעברענגט ווי אזוי דער רבי זצ"ל האט זיך אפגעגעבן מיט א יעדן בחור ווי א טאטע צו א קינד מיט א זעלטענע ליבשאפט וחיבה יתירה ארויפברעגנדיג דערביי א יעדער בחור צו זיין מאקסימום הצלחה.


 אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעטיילט ווי שווער עס קומט אן זיך צוזאמצוקלויבן נאכדעם וואס דער טיפער קשר האט זיך אזוי פלוצלינג איבערגעריסן ווי זיי זענען געבליבן כצאן אשר אין להם רועה. דער קאסוב רבי שליט"א האט אריינגעבלאזן פרישע חיות אין די עצמות יבשות און די בחורים האבן מנחם געוועהן די אבלים.



Comentarios


bottom of page