מיטוואך פ' תזריע • ב' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
נעכטן דינסטאג נאכט איז פארגעקומען א דערהויבענע שמחת התנאים און שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון א זון פונעם רבין שליט"א, הגה"צ ר' אברהם הלברשטאם שליט"א אב"ד קרית צאנז טבריה איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ המשפיע הנודע הרב הצדיק ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.
א ריזן ציבור פון חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פארזאמעלט אין די היכל ראזנבערג זאל ווען די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו די שמחה אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה און מסדר געווען און איבערגעקוקט די תנאים און דערנאך מכבד געווען מחותנו די זיידע פון די כלה, כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א מיט קריאת התנאים.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד די שמחה, די רבי האט זיך געווערטלט אנהויב פון די דברות קודש אז די ציבור האט זיך דאך פארזאמעלט צו הערן די מחותן הרה"צ ר' אלימלך שליט"א און ער איז נאר די פאררעדנער דערפאר וועט ער רעדן בקיצור, דערנאך האט די רבי ארומגערעדט איבער די שמחה און אנגעוואונטעשן ברכת קדשו פאר די פארזאמלטע.
די מלהיב לבבות ישראל המשפיע הרה"צ ר' אלימלך שליט"א האט דערנאך גערעדט א שמועס פול מיט עניני שמחה וחיזוק, ר' אלימלך האט פארציילט און ארויסגעברענגט אין די דרשה אז די שידוך איז שוין געשלאסן געווארן בין שני הצדדים פאר דריי חדשים צוריק נאר ע"פ בקשתו פונעם מחותן די צאנזער רבי שליט"א האט מען נאכנישט געבראכן טעלער און אויסגעווארט אז די חתן זאל נאכנישט וויסן ביז סוף זמן, עס זאל אים נישט שטערן פון לערנען בהתמדה.
כדרכו האט ר' אלימלך ארויסגעברענגט אז בעת וואס די חתן האט גארנישט געוואוסט אז די שידוך איז שוין דא איז די שידוך שוין געווען מוסכם און אפגעשמועסט, אזוי אויך יעדע איד וואס גייט אדורך א שווערע צייט און עס קען זיין אז די ישועה שטייט שוין גרייט מען ווארט נאר אויף די ריכטיגע מינוט.
דערנאך האט די רבי שליט"א מכבד געווען די פעטער הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן מלעלוב מיט ברכת המזון און נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א פארבעטן די מחותנים ווייטער צו ממשיך זיין די שמחה, המשפיע הר"ר אלימלך האט געהויבן די ציבור מיט לעבעדיגע און ווארעמע חסידישע ניגונים ביז אין די שפעטע נאכט שעות, והעיר קרית צאנז צהלה ושמחה.
Comments