מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: דוד כהן
א גייסטרייכע מעמד 'אדני הקודש' איז אפגעהאלטן געווארן דעם זונטאג אין אתרא קדישא מירון לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, די הערליכע מעמד איז פארגעקומען אין די זאל ביים מתחם אור הרשב"י אין מירון וואו עס זענען געלאדנט געווארן די מייסדים און נחשונים פונעם בית גדול וקדוש וועלכע האבן זיך שוין אנגעשלאסן מיט ברען און בייגעשטייערט פון 200,000 שקל און ארויף לטובת דעם פראיעקט צו פארענדיגן דעם בית מקדש מעט כלול בהדרו לשם ולתפארת.
לכבוד די מאורע איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ספעציעל אריינגעקומען פון מעון קדשו אין הר יונה ווי די רבי שליט"א האלט זיך אויף אין די יעצטיגע זומער וואכן אויף מנוחת הנפש, בעפאר די מעמד איז די רבי שליט"א אריין אויף א תפילה אינעם מערה פון התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי, ווי מען האט געדאווענט מנחה מעריב.
א רייכע סעודה כיד המלך איז געווען אנגעגרייט פאר אלע משתתפים, א קבוצה נכבדה פון ארום 70 חסידים נדיבי עם קודש, וואו עס איז אין דעם איין נאכט אליין צוזאמגעשטעלט געווארן דער קאלאסאלע סכום פון ארום צען מיליאן שקל.
אלס יושב ראש המעמד האט אויפגעטראטן דער בארימטער רעדנער הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש, וועלעכע האט מיט בליציגע געדאנקען ארומגערעט ארום די קריטישע מאסיווע אונטערנעמונג אין וואס יעדער חסיד שפירט א זכי' צו זיין טייל דערפון. דאן האט מען געהאט די זכיה לקבל את פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דעם משא המעמד, ארויסברענגנדיג זיינע טיפע הרגשים פון הכרת הטוב פאר די חשובע אידן וועלעכע לאזן זיך קאסטן סכומים אדורים פארן ביהמ"ד. און מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב פאר די נדיבי עם קודש די נחשונים פון דעם הייליגן פראיעקט.
דערנאך האט מען געהערט הארציגע גראמען און פרקי שיר דורך די בארימטע חזן ר' ישראל אדלער וועלעכע האט אנגעווארמט די הערצער פון די משתתפים יחידי סגולה. צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע חשובע משתתפים דורך ביים רבי'ן שליט"א מיט די שטרי התחייבות, ווי די רבי שליט"א האט יעדער אנגעוואונטשן מברכות קדשו באנפין נהירין.
Comments