top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער תושבי ירושלים ביי עצרת חיזוק ותעוררות ככלות השלושים להסתלקותו פון האד' מקאסוב זצוק"ל

מאנטאג פ' פנחס • ט"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איציק ו.

 

שווערע הונדערטער תושבי עיה"ק ירושלים ומחוצה לה האבן דעם ליל שישי איבערגעפילט דעם גרויסן וויז'ניצער ביהמ"ד אויף רח' אדוניהו הכהן ביים מעמד אדיר עצרת חיזוק והתעוררות ככלות השלושים צו די הסתלקות פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל.


די גאנצע היכל ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט מיט שורות בענק, און הויעך שטאקיגע פארענטשעס, ביים מזרח וואנט האבן זיך אנגעזעהן אנשים חשובים אנשי שם, אין שפיץ פונעם ברא כרעיה דאבוה ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, און זיין שווער כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א מיט די קינדער, הגאון רבי אהרן וואזנער מו"ץ העדה החרדית א שוואגער פונעם רבי'ן זצ"ל, הגאון רבי עמרם האפמאן מו"ץ העדה החרדית, און נאך פילע רבנים וחשובי העדה.


מיט דברי פתיחה האט המקובל הגה"צ המקובל רבי אביש ציינווירט שליט"א געעפענט די מעמד ארויסברענגענדיג די טיפע צער און חלל וואס שפירט זיך ביי יעדן אין הארץ, דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש דורך א לייוו הוקאפ פון כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א מעבר לים, מיט דברי חיזוק פאר קהל עדתו ומתפללי בית מדרשו בעיר ה' שמה וועלכע האבן פארלוירן א קוואל פון חיזוק מיטן הסתלקות פונעם קאסובער רבי'ן וואס איז געוועהן א אפטע גאסט אין ביהמ"ד.


דאן האט מען געהערט א לענגערע דרשה מפום ממלל רברבן הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, מיט דברי חיזוק והתעוררות זיך מדבק צו זיין בדרכיו ובמשנתו הטהורה, דערנאך האט מען געהערט גאר הארציגע דברי הספד והתעוררות פונעם מגיד מישרים הגאון רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א וואס פאררעכנט זיך אלס א תלמיד פון קאסובער רבי'ן, וועלכער האט מרחיב געווען בדיבורו איבער פארשידענע שטריכן פון דעם אדם גדול בענקים. א הפלאדיגע דרשה איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' אלי' רובינשטיין ר"מ בישיבת מיר א תלמיד מובהק און בן בית ביים רבי'ן זצ"ל פאר אריבער דרייסיג יאהר וועלכע האט אויפגעדעקט זכרונות מימי קדם מגדלותו הרמה פונעם רבי'ן בשלושת עמודי עולם.


צום שלוס האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד בנו מ"מ כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חלל וואס שפירט זיך איבעראל בפרט בקרתא דשופריא, טראץ וואס עס איז שוין פאריבער א שטיק צייט פונעם הסתלקות דאך שפירט זיך די אבילות און יתמות מיט די פארלוסט פונעם רבי'ן וואס איז געווען אן איש האשכולות און א מושלם אין אלע ענינים, און מעורר געווען די חובת השעה זיך צוזאמצוקלויבן און זיך מחזק זיין צו ממשיך זיין די הייליגע דרכים.




1 Comment


בפ
Jul 23

איפה אפשר לשמוע את דברי ההספד והחיזוק

Like
bottom of page