פרייטאג פ' ראה • כ"ו אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
שטייענדיג אין א צייט פונעם ביטערן מצב בארצינו הקדושה, וואו עס הערשט א סכנה אויף אלע בחורי ארץ ישראל מיט'ן ביטערן גזירות הגיוס, איז אין א היסטארישע אנטוויקלונג געמאלדן געווארן דורך די סאמע גרעסטע אדמו"רים רבנים וראשי ישיבות פון איבער גרעיטאר אמעריקא איבער א היסטארישער ערשטמאליגן מעמד ''זעקת הגולה'' וואו עס וועלן זיך פאראייניגטערהייט צוזאמענען דאס גאנצע יהדות החרדית אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן פון איבער גאנץ ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע אפצושרייען די ביטערע גזירות הגיוס.
מיט א פאראייניגטע כח וועט זיך דאס גאנצע יהדות הגולה, אלע שיכטן און קרייזן פאראייניגן דעם קומענדיגן זונטאג נצבים וילך, ברחובות ניו יארק, צו פארשרייען דעם ביטערע גזירה און די ציוניסטישע שמאלץ טאפ וואס איז אנגעצינדן אויפ'ן העכסטן גראד אריינצוכאפן ערליכע בחורי ישראל אינעם טריפה'נעם ציונסטישן מיליטער מיט'ן ציל להשמיד ולאבד כל הקודש לנו.
די פרטים פארן היסטארישען מעמד זעקת הגולה ווערט אין די יעצטיגע טעג אויסגעארבעט דורך די עסקני הקהילות מיט'ן ציל צו טרעפן א פאסיגן ארט ברחובות העיר וואס וועט אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים פון איבער הונדערט טויזנט אידן בראשות גדולי הרבנים וראשי ישיבות, ומנהיגי הקהילות. אין די טעג זענען שוין די ראשי העסקנים ארויף לבתי גדולי ישראל פון די ליטווישע און חסידישע קרייזן צוגלייך זיך דורכצורעדן און אויסמועסן די ערשטע דעטאלן פונעם עצרת מחאה אדירה, מיט די באטייליגונג פון אלע קהלות קדושות אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע
נעכטן ליל שישי נאך די סעודות הילולא אין קרית יואל איז אפגעהאלטן געווארן א געמיינזאמע אסיפה צווישן די עסקני קהילות הקודש סאטמאר אין בעפארגרייטונג צום ריזן עצרת "זעקת הגולה" מיט'ן ציל צו בויען א געמיינזאמע פאזיטיווע צוזאמענארבעט למען הצלחת המערכה.
Comments