top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלהבת אש-דוד: אלפי תושבי אשדוד ביי הדלקה רבתי דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א‎

דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


מיט אויסטערלישע התרוממות עילאה איז דער יו"ט ל"ג בעומר פאראיבער בקרב העיר אשדוד בצל קדשו פונעם אורח נשגב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, אין די ראמען פון די ביקור הקודש "מלך במלוכה", ווען דער רבי וויילט בקרב עדת חסידיו תושבי העיר פאר דורכאויס חודש אייר.


צו דער באשטימטער צייט מוצאי שבת האט זיך אנגעהויבן די מאסן שטראם פון טויזנטער תושבי העיר, פון אלע שיכטן און קרייזן, זיך צו פרייען בשמחת הילולת הרשב"י ביי די גרויסע הדלקה בראשות פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א. אריינקומענדיג צום מעמד האט זיך דער רבי באגריסט מיט'ן מעיאר פון אשדוד יחיאל לאסרי, וועלכער האט פיל בייגעשטייערט צו די הצלחה פון די הילולא און בכלליות דער ביקור קודש אין שטאט.


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט ספירת העומר ברגש והתעוררות, מיט'ן נאסטאלגישן וויזניצער נוסח. דערנאך האט מען אנגעהויבן די ניגוני דביקות. דער זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הנגיד ר' מיכאל אלמאלם, וועלכער האט איבערגעגעבן דעם שרביט ההדלקה לידי קדשו פונעם רבי'ן, וועלכער האט אים דערביי געוואונטשן מיט ברכות לרוב.


הדלקה ללהב יצאת, ווי נאר די הדלקה איז אנגעצינדן געווארן האט זיך דער ציבור ספאנטאן ארויסגעלאזט אין גאר פייערליכע טענץ, וואס דער רבי איז מעודד בעוז ותעצומות. נאך א לענגערע שעה פון ריקודין האט די וויזניצער קאפעליע פארגעזינגען די פארצייטישע וויזניצע בר יוחאי און ממשיך געווען מיט ניגוני גלות וגאולה.


צומארגנס ביום ל"ג בעומר האט דער רבי געדאווענט שחרית אינעם גרויסן אודיטאריום, און דערנאך איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד חאלאקעס פאר די ילדי החסידות, און פילע תושבי העיר האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אפצורעכטן ביים רבי'ן די חאלאקע פאר זייערע קינדער. נאך די חאלאקעס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה, און לסיום הריקודים איז דער רבי ארויס צום שטח אין צענטער פונעם אודיטאריום און געשאסן מיט'ן פייל און בויגן, כנהוג.


דער רבי האט דערנאך משמיע געווען לענגערע דברות קדוש בגודל מעלת קדושת היום, און בקול נרגש מעתיר געווען פאר ישועות עם ישראל בכלל ובפרט פאר תושבי ארץ ישראל וואס זענען נתונים בפחד ומורא, און דער אויבערשטער זאל ווארפן אן אימה אויף די שונאי ישראל, בזכות הילולא דבר יוחאי.


ביים שולחן הטהור האבן זיך אנגעזעהן פילע פון די אדמור"י ורבני העיר צווישן זיי: כ"ק האדמו"ר ממעליץ שליט"א, כ"ק האדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, כ"ק האדמו"ר מטאלנא שליט"א, כ"ק האדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, הרב נחשוני מרבני ראשון לציון, האדמו"ר מנעשכיז, הרב לוי מרבני אשקלון און נאך.









































Comments


bottom of page