top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רגש של שמחה ביי שמחה החתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין אנטווערפען

דאנערשטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

בשמחה וצהלה האבן טויזנטער תושבי אנטווערפען און חסידי פשעווארסק די וואך מיטגעלעבט די שמחה הרוממה במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, די חתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף מאיר ראזענבערגער, זון פון הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש, מיט די כלה א אייניקל פונעם רבינ'ס שוואגער כ"ק אדמו"ר מנצח מנחם ספינקא שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' ברוך רובין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מבריזדאוויץ שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א.


דורכ'ן טאג האט זיך אנגעזעהן מאסיווע הכנות סיי אין ביהמ"ד פשעווארסק און אויף די גאס פארנט פון בית המדרש וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א הויכע פלאטפארמע פאר די מעמד החופה, און אזוי אויך אין די גרויסע בית רחל זאל וואס איז צוגעגרייט געווארן מיט א הערליכע בימת הכבוד און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן סיי די חסידים תושבי העיר, די בחורי הישיבות הקדושות פון שטאט, די הונדערטער געסט פון לאנדאן און אנדערע שטעט אין אייראפע, און די פילצאליגע געסט פון ניו יארק.


אין א זעלטענעם פאל האט די רבי שליט"א זעלבסט אפגעשריבן די כתובה בכתב יד קדשו, און ביים קבלת פנים מסדר געוועהן די כתובה. עס האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזין בדחנא דמלכא ר' הערשל גראס הי"ו. דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה אויף די מערקאטאר גאס פארנט פון בית המדרש, וואס איז געווען פול געפאקט מיט הונדערטער חסידים זקנים עם נערים.


דער אנטווערפענער רב שליט"א מרא דאתרא האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט סידור קידושין, און די רבי האט האט געזאגט די ברכות בקול בוכים, די עדי קידושין זענען געוועהן הגאון ר' עמרם העניג דומ"ץ דקהל מחזיקי הדת און הגאון ר' שמואל לוריא דומ"ץ וויזניץ אנטווערפען. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א, מיט די ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן די זיידעס כ"ק אדמו"ר מבריזדאוויץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנצח מנחם ספינקא שליט"א, און דער מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, ברכת אחריתה די זיידע הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש. נאכן חופה האט די רבי שליט"א אנגעוואונטשן אלע משתתפים ביי די שמחה מיט ברכות לרוב.


נאכן חופה איז דער גאנצער ציבור אריבער צו די בית רחל זאל וואו עס איז געוועהן גוגעגרייט די סעודה כיד המלך, צום באשטימטן צייט איז די רבי שליט"א ערשינען צום חתונה און האט זיך באלד געוואשן צום סעודת החתונה, א לענגערע צייט האט מען זיך מיטגעפריידט מיט לעבעדיגע ריקודין, ווען אויפן בימת הכבוד באטייליגן זיך אלע אדמורי"ם ורבני העיר, וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די מחותנים, הגה"צ גאב"ד אנטווערפן איז מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך א געהויבענע ריקוד מיט די זיידעס און מחותנים.


נאכן בענטשן האט הרב הערשל גראס אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצוה טאנץ מיט דברי חרוזין, גאר א רירענדע מאמענט איז געוועהן ווען ער האט דערמאנט די צרות הכלל, און די פילע טראגעדיעס און אומגליקן וואס די שטאט אנטווערפען האט ליידער מיטגעמאכט די לעצטע יאהר, וויפיל פרישע יתומים עס איז ליידער צוגעקומען היי יאהר און געבעטן דעם רבי'ן שליט"א מעורר צו זיין רחמים שתכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה. די רבי שליט"א האט דאן אפגעראכטן די ריקודי קודש אויפן בימת הכבוד און דערנאך געטאנצן מיט די חתן מחותנים און א באזונדערע ריקוד מיט חתנו הרה"צ רבי יוסף מאיר ראזנבערגער שליט"א. עס האט נאכגעפאלגט די מצוה טאנץ פון די אנדערע זיידע'ס און מחותנים און שלוס שלום חתן וכלה.


















































Comments


bottom of page