זונטאג פ' נשא • ג' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: אברומי בלום
מיט גייסטרייכע הרגשים האבן אלפי חסידי באבוב-45 מיטגעלעבט די אינהאלטסרייכע און אייגנארטיגע יערליכע דינער להחזקת המוסדות, וואס איז היי-יאר אהערגעשטעלט געווארן אין א פארמאט פון 'פיר קלענערע דינערס', דורכאויס די וואך פון פרשת במדבר.
ביז היינט פלעגט זיין דער סדר אז דורכאויס די ספירה וואכן פון פסח ביז שבועות איז יעדע יעדע נאכט פארגעקומען מסיבות וואו מ'האט אויפגעארבעט קלענערע קבוצות וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט די גרעסערע סכומים להחזקת המוסדות, און צום שלוס איז פאר שבועות פארגעקומען דער צענטראלער דינער הגדול "קשר אחד", בהשתתפות אלפי החסידים. היי-יאר איז אין ליכט פונעם ריבוי העם בליעה"ר, און ס'איז נישט דא גענוג נעכט דורכאויס די תקופה פון פסח ביז שבועות צו קענען אפרעכטן די קלענערע מסיבות פאר יעדע קבוצה, אבער פארט האט דער ציבור ארויסגעקוקט צו ווייטער געניסן פון די קלענערע פארמאט מסיבה, איז אויף א העכסט געלונגענעם פארנעם אהערגעשטעלט געווארן די פיר קלענערע גראנדיעזע דינערס, דורכאויס פרשת במדבר. זונטאג פאר די אברכים, מאנטאג פאר די בעלי בתים, דינסטאג פאר די עלטערע בעלי בתים, און מיטוואך פאר די צעירי אברכים ביז די 27 יאר.
די סעריע דינערס האבן געטראגן דעם נאמען "זכרון קדוש", אפצייכענענדיג מיט התרגשות די צוואנציגסטע יאר פונעם הסתלקות פונעם רועה נאמן הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זי"ע, אפגעבנדיג א שבח והודאה צו השי"ת אויפ'ן פרעכטיגן אופבלי און וואונדערליכער וואוקס פון די הייליגע מוסדות לשם ולתפארת. די דינערס האבן זיך אנגעהויבן מיט א לעבעדיגע אויסשפיל פון סצענעס פונעם רבי'ן זצ"ל, פון אלס קליין קינד אין באבוב, שפעטער אלס בחור אין ארץ ישראל, און נאכדעם די יארן אין ניו יארק ווען ער האט געהאלפן מיט מסירת נפש זיין הייליגן טאטן דער באבוב'ער רב זי"ע בויען באבוב אין אמעריקע, און די אלע יארן שפעטער ווען ער האט מנהיג געווען די עדה הקדושה בעוז ותעצומות אלס באבוב'ער רב.
דערנאך האט מען געהערט די טרעפליכע רעיונות דורכ'ן יו"ר הדינערס, הרב ישראל שטערן פון לאנדאן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער "נואם הכבוד". דער נואם הכבוד זונטאג איז געווען הרה"ג ר' יעקב משה טווערסקי שליט"א אב"ד טורי זהב הארנסטייפל, נכד הקדושת ציון, מאנטאג הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, דינסטאג הרה"ג ר' יעקב אבראמאוויטש שליט"א מרבני גור ור"מ צאנז קלויזנבורג, און מיטוואך הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א.
דאן האט מען יעדע נאכט געהערט דעם דעטאלירטן רעפאראט פונעם בודזשעט דורך הרב בנציון יוסף ריינהאלד, מנכ"ל פונעם פאנדרעיזינג אפיס און יו"ר מגבית קשר אחד.דערנאך האט מען מיט יראת הכבוד זוכה געווען צו הערן די דברות קודש מלהבות אש פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, דברי התחזקות והדרכה צוגעפאסט צום גיל פון יעדע נאכט. צום שלוס האבן די משתתפים געהאט די זכי' אריבערצוגיין מול פני הקודש און חתמ'נען אויף די שטרות אויף די סכומים. פאר די סכומים פון $2000 און העכער איז פארטיילט געווארן דער נייער הערליכער חיבור "דאס לעבן און שאפן פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב".
מיטוואך נאכט נאכ'ן דינער איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי אויף אפרוה וואו די רבי וועט וויילן ביז ערב יו"ט שבועות.
Comments