דאנערשטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין - דעילי מאנרא, JDN
די לעצטע הכנות ווערן געמאכט אין די טעג אין קרית יואל, צו קענען אויפנעמען די רבבות ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וואס וועלן באלאגערן די שטאט לרגל די 45 'סטע הילולא פונעם אביר הרועים גאוון עוזינו רוח אפינו משיח ה' הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס געפאלט אויס היינטיגן פרייטאג, כ"ו אב.
גאנצע פינף-און-פערציג יאר איז שוין דורך זינט יענעם ביטערן זונטאג פרשת שופטים אין די פארטאגס שעות, וואס הייליג הארץ, דער לבן של ישראל פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געגעבן דעם לעצטן קלאפ, ונשבה ארון הקודש ווען דער רבי איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים, איבערלאזנדיג לאנחות די טויזנטער סאטמארער חסידים צוזאַַמען מיט רבבות אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וואס האבן אזוי שווער געקענט קומען צו זיך פון דעם שבר הגדול וואס האט זיי באטראפן.
תיכף נאכ'ן רבי'נס הסתלקות, איז מקום מנוחת קדשו אויפ'ן דאן-נייעם ביה"ח דקרית יואל, געווארן א תל תלפיות פאר אידן איבער דער גארער וועלט, וואס קומען כסדר מתפלל זיין און איינרייסן אויפ'ן ציון הק', און עס איז כמעט נישט דא קיין צייט איבער'ן יאר, ווען דער אהל הק' מקום מנוחתו פון רבי'ן זי"ע איז נישט באלאגערט מיט פילצאליגע אידן וואס רייסן איין להפּקד בדבר ישועה ורחמים.
דאס איז א גאנץ יאר, ובפרט אין טאג פון די הילולא און די טעג ארום, ווען דער ביה"ח איז באלאגערט מיט טויזנטער אידן, און דער אוהל מיטן שטח ארום, קענען שווער דערשטרייטן דעם פלייץ פון אזא ריזן מאסן פון רבבות אלפי ישראל וואס שטראמען אומאויפהערליך פוקד צו זיין דעם מקום קדוש וואו אידן זענען כסדר אזעלכע גרויסע ישועות בכלל ובפרט. גרייטנדיג זיך דאס יאר צו די הילולא קדישא, זענען די געטרייע עסקנים מטעם הנהלת חברה קדישא דסאטמאר, אריינגעטון מיטן גאנצן פלייס מסדר צו זיין אלע פרטים פון די הילולא קדישא, און איינצוארדענען די פילע ספּעציעלע איינריכטונגען וואס מען שטעלט אויפ'ן ביה"ח, צו לינדערן דעם שווערן געדרענג וואס שאפט זיך יאר-יערליך ביים אויפנעמען אזא מאסיווער פלייץ פון טויזנטער טויזנטער אידן.
דאס יאר ווען די הילולא קדישא געפאלט אויס אום פרייטאג, רישט מען זיך אויף אנדערע זמנים ווען עס וועט זיין דער עיקר פלייץ פון מתפללים אויפ'ן ציון הק', און מטעם הנהלת החברה קדישא זענען אויסגעשטעלט געווארן פארשידענע אנדערע זמנים ווי ביז היינט, וואס וועט העלפן צו קענען קאנטראלירן דעם מאסיווער פלייץ וואס זענען ערווארטעט פוקד צו זיין דעם ציון הק'.
Comentarios