top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אידישע וועלט איינגעהילט אין טרויער מיט הסתלקות פון זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל

פרייטאג פ' קדושים • א' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: דוד כהן


א וואלקן פון אבילות אין יתמות לאזט זיך אראפ אויף די אידישע וועלט הערענדיג די שרעקליכע בשורה מהררי ציון וירושלים איבער דאס הסתלקות פונעם זקן האדמורי"ם, משיירי כנסת הגדולה, שריד לדור דעה, אוד מוצל מאש, מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מביאלא זכר צדיק וקדוש לברכה, חברי מועצת גדולי התורה וועלכער איז נארוואס נסתלק געווארן אין טיפן עלטער פון ניין און אכציג יאהר, איבערלאזנדיג דעם דור פאר'יתומ'ט און דערשלאגן, הוא הלך למנוחות ועזב לאנחות די טויזנטער חסידי ביאלא וואס האבן זיך געקלאמערט ארום זיין גרויסן אור, און קענען אזוי שווער טרעפן א טרייסט נאך די גרויסע אבידה.


די הסתלקות פונעם ביאלא רבי'ן איז אן אבידה שאין לה תמורה פאר גאנץ כלל ישראל און פאר חסידי ביאלא בפרט וועלכע באוויינען דעם קרוין אין איר שיינקייט דער געטרייער פאטער און באליבטן מנהיג וועלעכער האט פאר איבער פערציג יאהר געדינט אלס דער איש על העדה און רועה נאמן לעדת צאן מרעיתו, און האט משפיע געווען תורה וחסידות אויף א געהויבענעם פארנעם, אלס א ממשיך שלשלת הקודש, דער בן זקונים וממלא מקומו פונעם צדיק וקדוש מפורסם הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע מגזע צדיקי וקדושי עליון בן אחר בן ביז צום יהודי הקדוש פון פשיסחא זי"ע.


כלל ישראל טוט באוויינען די פארלוסט פון א אוד מוצל מאש, וועלכע האט דורכגעמאכט ביטערע תקופות ביים צווייטן וועלט קריג, וואו ער האט פארשמאכטעט אינעם ווייטן סיביר און מיטגעמאכט שרעקליכע עינויים און יסורי הגוף והנפש, זייענדיג פארוואגלט אין די הענט פון די רשעים, ארויפקומענדיג אליינס קיין ארץ ישראל האט ער זיך אריינגעווארפן באהלה של תורה און אויסגעשטיגן אלס א גאון בתורה ובהוראה, און האט פאר איבער דרייסיג יאהר געדינט אלס רב פון די חרדישע אידנטום אין שטאט לוגאנא אין שווייץ, און האט ארויסגעגעבן חיבורים בתורה וחסידות באקאנט אלס די ספרים 'מבשר טוב' וואס אנטהאלט איבער הונדערט בענדער אין אלע מקצועות.

הצדיק אבד לדורו אבד, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'. 


פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.



bottom of page