top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שמחה אין ביאלא הויף ביי חתונה בבית הגה"צ ר' אברהם משה ראבינאוויטש אבד"ק ביאלא מעלה עמוס

דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:שלומי טריכטר, JDN

 

בחדוה דקדושה איז פארלאפענעם זונטאג געפראוועט געווארן די געהויבענע שמחה אין די ביאלא הויף אין עיה"ק ירושלים וואו חסידי ביאלא זקנים עם נערים האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מביאלא זצו"ל הכ"מ בנישואי נכדתו למזל טוב, די כלה א טאכטער פון בן זקוניו הגה"צ רבי אברהם משה ראבינאוויטש שליט"א אב"ד ביאלא מעלה עמוס וואס איז געפראוועט געווארן אין ביאלא ביהמ"ד אין ירושלים אין שפיץ פונעם ראש המשפחה כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א וואס האט מפאר געווען בראש השמחה.


קיין אויג איז נישט געבליבן טריקן בשעת די מעמד החופה ווען מען האט געזינגען די ניגוני התעוררות, און ביי יעדער פון די משתתפים איז ארויף אין זכרון דמותו המאירה פונעם גרויסן זיידן דער רבי זצ"ל שטייענדיג ביים ערשטן חתונה אינעם שנת האבל להסתלקותו, די ביאלא רבי שליט"א האט מסדר קידושין געווען מיט די היסטארישע ישועת ישראל סידור מירושת זקינו הרה"ק בעל חלקת יהושע זי"ע, מיט וואס אביו דער בעל מבשר טוב האט זיך באנוצט בחופות צאצאיו, די אנדערע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס און קרובי המשפחה צווישן זיי די זיידעס הרה"ח ר' שמעלקא הלפרט שליט"א און הרה"ג ר' ישראל שמחה צוקערמאן שליט"א , הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעל פסקי תשובות און די פעטער'ס הגה"צ רבי יוסף באב"ד דומ"ץ בעלזא לאנדאן און הגה"צ רבי אברהם יצחק ווייס ראש כולל ביאלא.


בשעת די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אהן האדמורי"ם מקארלין סטאלין, ראחמיסטריווקא און סקולען ירושלים, צווישן די ריקודין האט זיך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב מיט די ברודער'ס הרבנים הגאונים הצדיקים, אינאיינעם מיטן שוואגער הגה"צ רבי אברהם יצחק ווייס און מיט הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש בעל פסקי תשובות, ווען די ציבור האט אויסגעבראכן אין א התרגשותדיגע געזאנג "הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד".


נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ, ווי מען האט אויפגערופן די חשובע זיידעס און מחותנים לפני הכלה. צום קלימאקס האט מען צוגעטראטן צום מצוה טאנץ פון דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, בדחנא דמלכא ר' גבריאל לעווי האט מיט פאסיגע דברי חרוזין ארומגערעט איבער די גרויסע זיידע די מבשר טוב וואס קומט אראפ משמי מעל אויפברעגענדיג טיפע געפילן ביי אלע פארזאמלטע, די רבי שליט"א האט נישט געוואלט טאנצן אליינס און איז געטאנצן אינאיינעם מיט די ברודער'ס און שוואגער הרבנים הגאונים הצדיקים לפני הכלה מיט גרויס התלהבות, דערנאך איז די רבי פארבליבן אינעם ביהמ"ד ביז נאך די מצווה טאנץ פון די חתן לפני הכלה.




Comments


bottom of page