top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזרח השמש: נכדו חביבו פונעם זקן המשגיחים, הגה"צ ר' שמואל יהודה זילבער שליט"א געקרוינט אלס מ"מ בק"ק אמונת ישראל

זונטאג פ' שלח • י"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: ארי פריינד

 

וזרח השמש! היינט בעת די מסע הלוי' פונעם זקן המשגיחים, פאר הדור והדרו הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל, האט מען זיך מיט טיפע רגשי נחמה געוואונטשן מזל טוב צום התמנות פון ממלא מקומו בקודש, נכדו חביבו ויקירו, הגה"צ חסידא ופרישא מזה בן מזה רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א, לאנגיעריגער דומ"ץ ומשפיע רוחני אינערהאלב קהל אמונת ישראל.


דער ניי-געקרוינער אב"ד דקהל אמונת ישראל, הגה"צ רבי שמואל יהודה שליט"א איז בנו בכורו פון חתנו כבנו פונעם משגיח זצ"ל, יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א.


מאז ומקדם האט דער רב שליט"א גענאסן אויסטערלישער חביבות און נאנטשאפט ביים גרויסן זיידן דער משגיח זצ"ל, און האט אים נאך מיט יארן צוריק ממנה געווען לשרת בקודש אלס דיין ומורה צדק אין די קהלה, און האט כסדר ארויסגעוויזן אן אויסנאמליכע הערצה וחבה מיוחדת, און זיך אויך אויסגעדרוקט מיט שטארקע זעלטענע לשונות פון גדלות בשבחו פונעם באליבטן אייניקל דער דיין.


יהודה אתה יודיך, שוין מערערע יארן וואס דער רב שליט"א איז עומד על הפקודים אלס געטרייער און באליבטער דומ"ץ ומשפיע אין די קהלה, ווערנדיג דער אדרעס פאר די חברי הקהלה מיט זייערע שאלות, ורבים נהנים ממנו עצה ותושי', זייענדיג דער אויסגערופענער עובד ה' מנעוריו ודחיל חטאין, און מיט זיין ריינעם דעת תורה מורה דעם דרך ה' והדרכות ישרות פאר רבים וכן שלמים.


דער רב שליט"א איז אויסגעצייכנט מיט זיין ענוה יתירה, ענוותן ושפל ברך, ותפלתו של שמואל הרמתי איז עושה מסילות בלבבות בני ישראל, זייענדיג א שטיק פייער און קאך בעבודת התפלה מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש, זייענדיג א ריכטיגער דמות דיוקן פון די דביקות'דיגע עבודת התפלה וואס דער זיידע דער משגיח זצ"ל האט שטענדיג געמאנט און געפאדערט, און משריש געווען אלס יסוד היסודות פון די הייליגע חבריא.


די השפעה פונעם רב שליט"א בקרב הקהלה האט ספעציעל ארויסגעשיינט די לעצטע פאר יאר, כשתשש כוחו של משה, האט דער משגיח זצ"ל בעין יפה איבערגעגעבן פאר'ן באליבטן אייניקל לעמוד לפני העדה ולשרתם, מיט די כיבודים פון סנדקאות, סידור קידושין, און באזונדער מיט'ן אנפירן די חבורות פון בחורי חמד בקרב הקהלה, אפרעכטנדיג געהויבענע התוועדי התחזקות מיט שיחות הדרכות בסולם העולה בית קל וסיפורי צדיקים כמעיין המתגבר.


יעצט ליידער ווען די קהלה איז אזוי ביטער פאר'יתומ'ט געווארן פונעם רועה נאמן ומורה דרכם, ויעבור נחמה במחנה, ווען מ'האט אויסגערופן רצון קדשו פונעם משגיח זצ"ל, אז נכדו חביבו רבי שמואל יהודה זאל ארויפגיין על כס ההנהגה בקרב הקהלה, ולא תהיה עדת ה' כצאן בלי רועה, און ווייטער ממשיך זיין מיט'ן משפיע זיין תורה וחסידות לכל דורש ומבקש.


מאבל לשמחה, איז די התמנות פארגעקומען דעם היינטיגן טאג, בלויז געציילטע שעות איידער דער ניי געקרוינטער רב וועט פירן א קינד אונטער די חופה, ביי די געהויבענע רבי'שע חתונה וואס קומט פאר היינט זונטאג נאכט אין די אטריום זאלן אין מאנסי, וואס וועט זיין א זאפארטיגע געלעגנהייט ביים ציבור תלמידים וחסידים, וועלכע זענען אזוי פארווייטאגט פונעם ביטערן בראך, זיך צו צאמקלויבן און זיך משמח זיין במעונו פונעם נייעם רב, וואס כאטש עס איז זייער א שווערע צייט פון אבידת רבם, וועט מען שפירן פאר א זכי' צו קענען מיטלעבן א שמחה וואו דער ראש בית אב קומט שוין אראפ מגנזי מרומים און איז מאציל השפעות לרוב בזאת הברכה אשר ברך משה.

Comments


bottom of page