top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בכל ביתי נאמן: לעגענדארער משב"ק אדמור"י צאנז-קלויזנבורג הרה"ח ר' יצחק שימאן ז"ל נפטר געווארן

מאנטאג וזאת הברכה ב' • י"ב תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

 

ברוך דיין האמת, מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען ביי חסידי צאנז קלויזנבורג די פטירה פון האי גברא רבא ויקירא מאוד נעלה הרה"ח ר' יצחק שימאן ז"ל דער לעגענדארער משב"ק און מסירת נפש'דיגער איש אמונו פון אדמור"י בית צאנז קלויזנבורג, וועלכער האט זוכה געווען פאר א תקופה ארוכה פון "זיבעציג יאר" משמש צו זיין לפני ולפנים, אנגעהויבן נאך ביי הרה"ק בעל 'שפע חיים' זי"ע, און שפעטער ביי בנו וממשיך דרכו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, יום ולילה לא שבת האט ער זיך אוועקגעגעבן מיט א זעלטענע געטריישאפט מיט אלע תפקידים בקודש פנימה און וואו אימער עס האט זיך נאר אויסגעפעלט משמש צו זיין דעם רבי'ן מיט א מסירה נפלאה.


דער נפטר הרה"ח ר' יצחק, וועם מ'האט גערופן בלשון חיבה "ר' איטשע", איז געבוירן בשנת תש"ב אין אונגארן, און האט בחסדי השי"ת נאך מצליח געווען זיך ארויסצוראטעווען פון די ברענענדיגע אייראפע, זייענדיג אויפ'ן באן וואס איז ארויסגעפארן פון מאקאווא און האט געזאלט פארן קיין אוישוויץ אבער איז בניסי ניסים פארקירעוועט געווארן קיין ווינא, און פון דארט איז ער מיט זיין מוטער און זיין ברודער הרה"ח ר' מאיר שימאן געראטעוועט געווארן ממות לחיים.


בשנת תש"ח איז די משפחה אנגעקומען קיין ארץ ישראל. אלס  יונגער בחור האט ער זיך מדבק געווען בכל נימי נפשו אין מורו ורבו הרה"ק בעל שפע חיים זי"ע, ביי וועם ער האט גענאסן א קירבה יתירה, און ער האט אים נאך אין אזא יונגן עלטער אלס פערצן יעריגער בחור אויפגענומען אלס הויז-בחור, וואס האט אים אריינגעברענגט אין א גאלדענע זיבעציג יעריגע קייט פון שימוש בקודש, ווען עפעס אנדערש עקזיסטירט נישט אויסער "דער רבי", ווי ער פלעגט שטענדיג זאגן "דער רבי איז מיין לעבן", בכל עת וזמן, טאג-ווי-נאכט האט ער יעדן איינציגן טאג אין יאר זיך נישט אוועקגערירט פונעם רבי'נס קלאמקע און געשטאנען גרייט ווי א געטרייער זעלנער צו טאן וואס אימער דער רבי בעט און דארף נאר. במשך צענדליגער יארן האט ר' יצחק משמש געווען בקודש פנימה ביים קלויזנבורגער רב, וכל רוחות שבעולם האט אים נישט געקענט רירן פון נאכלאזן די עבודת הקודש, ווי דער רבי ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט אין א בריוו אויפ'ן גבאי'ן ר' יצחק "נתנסה אצלי בעשרה נסיונות".


שפעטער האט ר' יצחק ממשיך געווען מיט די זעלבע עבודת הקודש ביי בנו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזבורג שליט"א, וואו ער איז געשטאנען אלעמאל גרייט לעשות רצון צדיק, סיי בקודש פנימה און סיי ביי די תפילות און טישן, און עד זקנה ושיבה האט ער נישט מוותר געווען פון קיין שום ראלע און מיט א מסירת נפש זיך אוועקגעגעבן מיט לייב-און-לעבן אין די עבוה"ק.


מיט א שטיק צייט צוריק איז ר' יצחק אפגעשוואכט געווארן און איז אריבער א שווערע מעדיצינישע פראצעדור, און זיין איינציגע שטרעבונג איז געווען אז ער וועט ווערן געזונט און קענען צוריק משמש זיין דעם רבי'ן. דעם לעצטן זומער ווען דער צאנז קלויזנבורגער רבי האט אפגעראכטן א נסיעה קיין ארץ ישראל, האט ר' יצחק, זייענדיג שוין ליידער רתוק למטתו, נאך געוואלט מיטפארן באגלייטן דעם רבי'ן אויף די נסיעה, און עס האט גארנישט געהאלפן אים אפצוהאלטן, נאר ווען דער רבי האט אים באפוילן אז ער טאר נישט פארן ווייל די דאקטוירים לאזן דאס נישט צו.


מיט שווערע הערצער איז היינט אויפגענומען געווארן די בשורה איבער ר' יצחק'ס פטירה אין עלטער פון 83 יאר, לדאבון לב אלפי החסידים. די לוי' וועט ארויסגיין פון ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק, און ער וועט נאכדעם געברענגט ווערן לקבורה אין ארץ ישראל, סמוך ונראה צו רבו המובהק הרה"ק בעל שפע חיים זי"ע אין נתני'. 


















Comments


bottom of page