מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין - JDN
טויזנטער סאטמארער חסידים זענען נאך אונטערן טיפן איינדרוק נאכן געהויבענעם יום טוב ראש השנה וואס מ'האט זוכה געוועהן מיטצולעבן בצל הקודש פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בחצר קדשו אין קרית יואל. לכבוד יו"ט איז דער ביהמ"ד הגדול געווארן צוגעגרייט געווארן מיט נאנט צו צען טויזנט זיץ פלעצער, אריינגערעכנט אלע גאלעריען און פאלישעס, און באזונדער איז אויף היי-יאר ראש השנה צוגעלייגט געווארן די גיגאנטישע גאלעריע לענגאויס מערב זייט מיט נאנט צו פרישע טויזנט זיץ פלעצער, אויפ'ן העכער'ן טייל פון די פארטש פונעם ביהמ"ד, וואס איז די לעצטע עטליכע יאר נאר געווארן צוגעלייגט אויף שבועות, און איז דעם לעצטן שבועות שוין פארבליבן מיט די פלאטפארמעס אויף פערמאנענט דויערהאפטיג אהערגעשטעלט, צו זיין אין באנוץ אויף אלע חגים וזמנים לששון בצל הקודש, ובפרט אויף יו"ט ראש השנה.
בליל כניסת החג האט דער רבי פארגעדאווענט מערבית כנהוג, און אזוי ווי דעם רבי'נס איינפיר די לעצטע עטליכע יאר, איז דער רבי ארויף נאכ'ן דאווענען אויפ'ן ארון הקודש צום מעמד "ברכת לשנה טובה כללי" לכל הקהל הקודש.
דער רבי האט נאכגעזאגט בקול חינוק בדמעות בשם זקינו הרה"ק רבי מאטעלע האנרסטייפלער זי"ע וואס האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן שווער דער הייליגער צאנזער זיידע זי''ע, אז עס איז דא א ברכה אין אידישע שטיבער איז א כבוד פארן הייליגן באשעפער און דעמאלטס איז הקב''ה א מלך הכבוד, און געוואונטשן לכל הקהל הקודש ברכות לרוב, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן א גוט יו''ט. נאכ'ן אראפגיין האט דער רבי עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די אנדערע רבנים.
אין ליכט פון דעם וואס הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש האט געוויילט אין שפיטאל אויף איבער יו"ט, האט דער רבי געצינדן די נירות שבת ויו"ט במשך אלע דריי טעג. דער רבי איז צוערשט אריבער צום היכל השולחנות אין בנין מבצר הכוללים, וואו ס'איז שפעטער פארגעקומען די שלחן הטהור, און געצינדן די נירות יו"ט מיט א ברכה, במעמד א שיינער ציבור חסידים, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש און געצינדן די ליכט לבני המשפחה.
דעם ערשטן טאג צופרי האט פארגעדאווענט שחרית ווי יאר יערליך הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א. דער רבי האט געליינט מיט געוואלדיגע בכיות, און נאכ'ן עולה זיין ביי חמישי געמאכט מי שברך'ס להולדת הבת פאר עטליכע בעלי שמחה, און דערנאך געהייסן דעם משמש מאכן א מי שברך לחולה, פאר הרבנית הצדיקת תליט"א.
איידער תקיעת שופר איז פארגעקומען פיר ברית'ן, וואו דער רבי האט ביי אלע פיר געדינט אלס סנדק און מוהל. דער רבי איז אריינגעקומען צו תקיעת שופר מעוטף מיט'ן טלית און קיטל פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. ביי די תקיעת שופר דרשה האט דער רבי מרעיש עולמות געווען איבער מתפלל זיין פאר ערליכע קינדער, זאגנדיג אז דער אויבערשטער איז א "מבין ומאזין", מבי"ן איז די אותיות בני"ם, און איז ר"ת ב'ל י'דח מ'מנו י'דח, ליידער קומען צו יעדעס יאר פרישע עלטערן וואס וויינען אויף אוועקגעפאלענע קינדער, און יעצט איז די צייט מתפלל צו זיין אויף דעם.
אינמיטן די תקיעות האט דער רבי נישט געקענט ממשיך זיין, און נאכ'ן פרובירן עטליכע מאל, און ס'איז נאך אלץ נישט געגאנגען, האט דער רבי געבעטן דעם בעל תוקע פון די תקיעות דמעומד, הגה"צ רבי שלמה זאבעל שליט"א רב ביהמ"ד בית דוב, איבערצונעמען, און ער האט געבלאזן פון די לעצטע סדר פון די תקיעות תש"ת ביז'ן סוף. אויך דעם צווייטן טאג ר"ה ביי די תקיעות האט דער רבי נישט געקענט ממשיך זיין ביים סדר פון תש"ת, און הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט געבעטן דעם רבי'ן זאל זיך אראפזעצן און רוען פאר א וויילע, און דערנאך פרובירן ממשיך זיין, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און ווייטער געבלאזן די ערשטע צוויי תקיעות פון סדר תר"ת, און דאן ווייטער נישט געקענט פארזעצן, און עס האט אזוי ווי דעם ערשטן טאג איבערגענומען הגה"צ רב ביהמ"ד בית דוב וועלכער האט ממשיך געווען פון די צווייטע תקיעה, און דאן די אנדערע צוויי פון תר"ת.
דאס האט אויפגעברענגט ביים עלטערן ציבור חברי אהבת קדומים די אפטע ערשיינונג ביים דברי יואל זי"ע וועלכער האט טראץ גאנץ חודש אלול געבלאזן געהעריג, האט זיך אבער זייער געפלאגט ביים בלאזן ר"ה, און אפטמאל געדארפט איבערגעבן די תקיעות פאר א צווייטן. באזונדער איז אויפגעברענגט געווארן א דבר פלא, ווען דער רבי האט היי-יאר ביים טיש די ערשטע נאכט יו"ט ביי די דברות קודש שלא כהרגלו ארומגערעדט אז מ'דארף עקסטער מתפלל זיין אז מ'זאל נישט שטערן ביי די תקיעות און מ'זאל קענען בלאזן כהוגן.
ביים דרשת תקיעת שופר דעם צווייטן טאג האט דער רבי ווידער שטארק מעורר געווען בבכיות עצומות אויף די קינדער וואס גייען ליידער אראפ פון אידישן דרך, און געזאגט אז מ'בלאזט דריי מאל שופר, תקיעות דמיושב, תקיעות דמעומד ביי שטילע שמו"ע און ביי הויכע שמו"ע, און עס קומט מעורר זיין צו בעטן סיי פאר זיך, סיי פאר די קינדער, און סיי פאר די אייניקלעך, לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך מעתה ועד עולם. איידער'ן מאכן די ברכות האט דער רבי אנגעטון א נייע שאל יוצא צו זיין די ברכת שהחיינו.
שבת שובה האט דער רבי נישט פארגעדאווענט שחרית פאר'ן עמוד, און מכבד געווען פארצודאווענען הרב שלום האלפערט שליט"א משב"ק ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
שבת נאכמיטאג איז אפגעראכטן געווארן א גרויסארטיגער מעמד "נעילת ראש השנה", במעמד אלפי החסידים, מ'האט געזינגען די געווענליכע ניגונים אויף שלש סעודות, און נאך קל מסתתר האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני ימים נוראים, מ'האט געבענטשט, און דער רבי האט דאן משמיע געווען די דברות קודש אויף א מייק, מתובל מיט סלי מלא ברכות און צו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, זאגנדיג אז מ'האט געפראוועט דריי טעג יו"ט, 72 שעה כמנין חס"ד, וועט דאס משפיע זיין רב חסד לבית ישראל, און לויט ווי דער בני יששכר זאגט אז די בחינה פון חסד איז געהאלפן צו ווערן נאך אפילו איידער מ'בעט, וועט דער אויבערשטער ממלא זיין די בקשות אין א בחינה פון טרם יקראו, זאגנדיג אז "והיה טרם יקראו ואני אענה" איז בגימטריא גענוי תשפ"ה, דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב, און געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה, ווען מ'האט דערביי ביי ויתן לך געזינגען די ניי פארפאסטע מארש און הקפה ניגונים.
Comments