top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הדלקה רבתי בחצר הקודש סקווירא דאס יאר ביום ל"ג בעומר נאכמיטאג בחוצות שיכון סקווירא

דינסטאג פ' אמור • ו' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגער טעג איז געמאלדן געווארן די בשורה טובה אז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט היי יאר ל"ג בעומר נאכאמאל פראווען א מעמד הדלקה רבתי לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי פארנט פון די גרויסע ביהמ"ד אין סקווירא שטעטל.


די נייעס איז אויפגענימען געווארן מיט גרויס שמחה ביי חסידי סקווירא, נאכדעם וואס די רבי שליט"א פלעגט זיך נישט נוהג זיין צו צינדן א הדלקה און שוין עטליכע יאר וואס די מנהג קדוש איז איינגעפירט געווארן און איז מוסיף והולך אלס א געהויבענער איבערלעבעניש וואס ברענגט צונויף טויזנטער אידן פון איבער דער גרעיטאר ניו יארק און פון אנדערע מקומות, וואס קומען לחזות בנועם ה' זיך מיטצופרייען בשמחת התנא האלוקי רשב"י בריקודין ומחולות.


היי יאהר ווען ל"ג בעומר געפאלט אום מוצאי שבת וועט די מעמד ההדלקה פארקומען צומארגנס אום ל"ג בעומר נאכמיטאג, אנדערש וואו עס איז געוועהן איינגעפירט די לעצטערע יאהרן ווען די מעמדי ההדלקה פלעגן פארקומען די ערשטע נאכט פון ל"ג בעומר. נאך די גרויסארטיגע מעמד ההדלקה וועט פארקומען די דערהויבענע עריכת השולחן לכבוד היום אינעם שאטער הענקי נעבן ביהמ"ד הגדול.

Comments


bottom of page