מיטוואך פ' עקב • י"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם
ברגשי גיל ושמחה האבן די הונדערטער תלמידי מוסדות סאטמאר בארא פארק דעם זונטאג באיינט דעם פראכטפולן בית המדרש 'בית משה' אינעם בנין משה פריעדמאן משב"ק, נדבת בנו הרבני הנגיד ר' ליפא הי"ו, לכבוד די חגיגה איז דער נשיא המוסדות כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען איף א באזוך אין קעמפ.
צופרי איז דער רבי אנגעקומען בשערי המחנה און האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע תלמידי המוסדות פון כתות ו׳ ז׳ ח׳ ט׳, נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ״ד צום מסיבת לחיים וחנוכת הבית, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר יואל שווארטץ שליט״א און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, די קינדער האבן געזונגען ניגונים ודברי חרוזים לכבוד המאורע.
עס האט דאן אויפגעטרעטן הגה״צ רבי חיים דוד כץ דומ״ץ סאטמאר ב״פ שליט״א און דער משב"ק הרה"ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו וואס האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז מען איז זוכה צום חנוכת הבית פון א בנין וואס איז נקראת על שמו און דערמאנט די באזוכן פון הרה"ק בעל 'ברך משה' זי״ע אין דעם קעמפ. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידים, דער רבי האט דערמאנט אז מען האט די זכיה צוריק צו מחדש זיין דעם קעמפ וואס האט פאר לאנגע יארן געדינט אלס א מיידל קעמפ און יעצט קומען דא די תלמידי המוסדות וואס איז א בחינה פון כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר הנגיד ר׳ ליפא הי״ו און ארומגערעדט בשבח המשב״ק ר׳ משה הי״ו איבער זיין מסירות נפש כל ימיו פאר אביו הרה"ק בעל ברך משה זי״ע און ער שטייט שטענדיג לימין הקהילה והמוסדות.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד און אין עקסטערן ריקוד מיטן משב"ק ר׳ משה הי"ו ובנו הנגיד ר׳ ליפא הי"ו, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ אברהם יעקב בערקאוויטש הי״ו חבר הנהלת המוסדות וואס האט איבערגעגעבן די השתלשלות פונעם קעמפ ביז מען האט געהאט די זכיה עס צוריק צו מחדש זיין פאר די תלמידי המוסדות.
די מלמדים זענען אריבער נעמען שריים און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה ביזן קאר, דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם מקוה אין קעמפ דער רבי האט באטראכט די אלע חומרות והידורים און געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות איבער די פילע נייע אנרייכטונגען אינעם קעמפ לתועלת התלמידים.
תגובות