דינסטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט שטורמישע רגשי הלב האט דאס חרדישע אידנטום אין ציריך שווייץ דעם זונטאג לסדר "איש על העדה" מיטגעלעבט היסטארישע מאמענטן ווען די הונדערטער חברי הקהלה פון די שטאטישע קהלת "אגודת אחים" האבן כאיש אחד ובלב אחד מכתיר געוועהן און מקבל מרות געוועהן פונעם ניי-ערוועלטן רב הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א, וועלכער איז מיט עטליכע וואכן צוריק ערוועלט געווארן ביי די קהלה-וואלן אלס רב הקהלה.
דער מעמד הכתרה איז פארגעקומען ממחרת פונעם גרויסן "שבת הכתרה", וואס איז באשטימט געווארן אלס שבת התכנסות פון אלע בני הקהלה, וועלכע האבן אינאיינעם געפייערט די אויפנאמע פונעם איש על העדה ואלוף לראשם, ווען דער הויכפונקט איז געוועהן די "איינצוגס דרשה" וואס דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן בפלפול ואגדה אינעם בית הכנסת הגדול במעמד אלע בני הקהלה. די גאסן אין ציריך זענען שוין אויף שבת באצירט געווארן מיט הערליכע פלאקאטן און פרייליכע לעקטערלעך לכבוד די גרויסע חגיגה.
זונטאג אין די פריע נאכמיטאג שעהן האבן הונדערטער אידן באלאגערט דעם בנין הקהילה אויף די עריקא-שטראססע, די הונדערטער בעה"ב און אברכים אינעם היכל בית הכנסת און די עזרת נשים, און די בחורי חמד אינעם היכל ביהמ"ד און עזרת נשים. פאר די נשים איז דעזיגנירט געווארן מיטצוהאלטן פונעם חצר הינטערן בנין הקהלה, און די ילדי תשב"ר האבן מיטגעהאלטן פונעם אולם השמחות שע"י הקהלה. ארום 5:00 נאכמיטאג האט דער נייע רב מופיע געוועהן בהדרו אויפן הויפט גאס פארנט פונעם בנין הקהילה וואו די קינדער האבן אפגעווארט מיט גרויס פאראדע, זינגענדיג ניגוני שמחה מיט פאקלען אין די הענט, דער רב איז ערשט אריבער צום ביהמ"ד וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט די בחורי חמד און אויפגעטראטן מיט קורצע ווערטער פאר די בחורים, דאס זעלבדע אינעם זאל וואו עס זענען געוועהן פארזאמלט די קינדער מיט זייערע מחנכים.
מיט פייערדיגע ריקודים און געזאנג האט די פילקעפיגער ציבור מקבל פנים געוועהן דעם רב שליט"א ביים ערשיינען צום מעמד אינעם בית הכנסת, דער אויבן אן האבן באשיינט אלע רבני ודיידי העיר ציריך, און די חושבע געסט פון אויסלאנד ובראשם דער אורח הכבוד הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, און הגאון ר' משה ברייש שליט"א א ברודער פונעם געוועזענער רב, דער בעל שאילת שאול ונשיא כולל חלקת יעקב, אויך האט זיך אנגעזעהן צווישן די פילע אורחים הרה"ח ר' משולם זילבערמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק וועלכע איז געקומען צו פארן בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און צוגאב צו נאך פילע שלוחי כבוד פון גדולי ישראל, פון איבער די וועלט, וואס זענען געקומען פערזענליך איבערגעבן די ברכת הקודש פון גדולי האדמורי"ם ורבני הקהלות צום נייעם רב לרגל דעם הכתרה.
די ראש הקהל הרב ישראל דוד באללאג הי"ו האט איינגעלייטעט די מעמד מיט פאסיגע דברי פתיחה, דערנאך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרה"ג ר' חיים משה לעווי שליט"א רב דקהל עדת ישורון אין ציריך, דערנאך האט אויפגעטרעטן א ברודער פונעם רב - הגאון ר' לייבוש פאדווא שליט"א בנו בכורו פון כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א לרפו"ש - בשליחת אביו, און דערנאך דעם גרויסן אורח הכבוד די אנטווערפענער רב. נאך די דרשות האט הרה"ג ר' יוסף דירנפעלד דומ"ץ בעלזא פארגעליינט די כתב הכתרה און די ראשי הקהילה האבן מכבד געוועהן הגאון ר' משה ברייש שליט"א איבערצוגעבען די כתב רבנות פארן נייען רב, בשעת ווען די עולם האט זיך צוזינגען מיט פייערדיגע טענץ.
דערנאך האט די ראש הקהל איבערגעגעבען במתנה א נייעם טלית, אויף וואס די רב האט זיך מתעטף געווען און דערנאך געזאגט די ברכה פון שהחיינו בקול רם ובהתרגשות גדולה, און דאן צוגעטראטן צום דרשת הכתרה וואס איז געוויס געוועהן דער הויעכפונקט פונעם חגיגה, דער רב האט במתק לשונו דערמאנט די התייסדות הקהילה דורכן זיידע דער בעל חלקת יעקב וממשיכו זיין שווער דער בעל שאילת שאול, און געבעטן א תפילה אז מה כאן עומד ומשמש - אף שם עומד ומשמש - זאל ער משפיע זיין פון אויבן פאר די קהילה, דערנאך האט דער רב מעורר געווען אז די תכלית פון א קהילה איז דער כח האחדות, און אזוי אויך מעורר געווען דאס ענין פון בין אדם לחבירו, בפרט דער ענין פון שידוכים, אומר ועושה האט די רב באותו מעמד מייסד געווען א קרן פאר שדכנים ארויסצוהעלפען די עלטערע בחורים און מיידלעך פון שטאט צו טרעפן זייער באשערטע, און האט מסיים געווען מיט ווארעמע דברי ברכה פאר די בני הקהילה, ביים ענדע פונעם מעמד איז די גאנצע ציבור ארויס און פייערליכע ריקודין, און מען איז אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב.
Comments