top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גֶּשֶׁם נְדָבוֹת: רבבות געבן אפ כבוד התורה אין שלאקס-רעגן ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לעיקוואד

מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מה נהדר היה המראה, וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען לראות את פני רבותינו שבארץ ישראל, די רבבות משתתפים ביים מעמד קבלת פנים רבתי וואס איז אפגעהאלטן געווארן אינעם עיר התורה וחסידות לעיקוואד, אונטער'ן שווערן גאס-רעגן זענען געשטאנען פילע טויזנטער אידן און אויסגעשריגן אז למען "כבוד התורה, הצלת התורה, נלך אש ובמים"!


דער היסטארישער מעמד וואס איז באשטימט געווארן זיך אנצוהייבן אום 6 אזייגער נאכמיטאג, איז צוליב'ן אומגעהויערן שלאקס-רעגן אפגעשטופט געווארן אויף א דריי-פערטל שעה, ווען די רעגן האט עטוואס נאכגעלאזט, און ערלויבט צו לאזן דעם מעמד אין שוואונג.


דער גיגאנטישער שטח הענקי ביים ישיבה קאמפלעקס פון ביהמ"ד גבוה זענען שוין געשטאנען פארזאמלט שווערע טויזנטער אידן זקנים עם נערים, און בחרדת קודש מקבל פנים געווען די גדולי מנהיגי עולם התורה וחסידות אין ארץ ישראל, וועלכע זענען פייערליך ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה דורכ'ן ציבור הרבבות.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורך הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה, זאגנדיג אז מיט דעם וואס מ'קומט ארויס מקבל זיין די גדולי ישראל איז מען מרומם דעם קרן התורה אויף די גאנצע וועלט, און אין דעם זכות טוט מען מבטל זיין די שווערע גזירת על הדת אין ארץ ישראל און ס'טוט בטל מאכן דעם כח פון די סטרא אחרא.


דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבן של ישראל הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, אויף לשון הקודש, און איז געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש, פלאם פייערדיגע דברי התחזקות אויף לימוד התורה, און בזכות התגברות פאר הצלת התורה וועט אראפקומען אלע סארט השפעות טובות פאר כלל ישראל.


מיט א יראת הכבוד האט מען דאן געהערט די דברים חוצבים להבות אש דורך הגאון האדיר רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, ארומקאכנדיג באש להבה איבער די שרעקליכע גזירה וואס הויערט אויף בני ארץ ישראל וואס לערנען תורה מתוך הדחק, יעדער מוז העלפן מיט מסירת נפש, און בזכות זה וועט דער גזר דין בטל ווערן, און נהפך ווערן לטובה.


דאן האט אויפגעטרעטן דער גדול המקובלים, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, אויף די ענגלישע שפראך, אז די גאנצע מדינה איז געבויט געווארן אויף אויסצורייסן אידישקייט, זיי האבן ביז היינט נישט מצליח געווען און וועלן ווייטער נישט מצליח זיין, אונז האבן נישט מורא פון זיי, עוצה עצה ותופר כי עמנו קל, די תומכי תורה זענען אין א בחינה פון "ארון נושא את נושאיו", און דער וואס נעמט זיך אן פאר די תורה הק' וועט זוכה זיין צום ברכת ה' היא תעשיר.


בקול אדיר וחזק האט מען דאן זוכה געווען צו הערן קבלת עול מלכות שמים דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און דערמיט איז דער מעמד געשלאסן געווארן מיט גאר פייערליכע ריקודין לכבוד התורה. דערנאך האט מען געהערט דעם דבר ה' ברמה דורכן משגיח נואם בחסד עליון הגאון הצדיק רבי דן סג"ל שליט"א, וועלכער האט שטארק מחזק געווען די לומדי תורה ותומכי', יעדער וואס האט די מעגליכקייט דארף זיך אנשטרענגען למען הצלת התורה, און דער וואס קען נישט שטיצן, זאל זיך כאטש מחזק זיין צו לערנען מער תורה, די תורה איז נותנת חיים ללומדי', און דאס וועט ברענגען א גאנצע ישועה.


אין לויף פונעם מעמד האט זיך די רעגן עטליכע מאל געשטארקט, און עס האט זיך איינמאל און נאכאמאל ארויסגעוויזן אז כל רוחות שבעולם לא יזוז, דער שטח איז געבליבן פול געשטאפט, און יעדער איז פארבליבן אפגעבן כבוד התורה, אפשפיגלנדיג די מסירת נפש וואס דער ציבור פון דאהי דרוקט אויס פאר כבוד השי"ת ותורתו הק', און מ'איז זיך מצטרף מיט די מלחמת קודש וואס דאס עולם התורה גייט אריבער צו באשיצן די תורה הק' מידי עוקריה, ובדרך התורה נלך באש ובמים, לקדש שם שמים!
















































































bottom of page