דאנערשטאג פ' קדושים • א' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מאיר אדרי, אחים לטשאנסקי, און טיפ הפקות
כלל ישראל שפאנט מיט הייסע רגשי קודש צו דעם גרויסן טאג, די הילולא קדישא, ג׳ אייר פונעם מופת הדור הרה"ק רבי ישעי'לע קרעסטירער זי"ע, ספעציעל היי-יאר תשפ״ד, ווען די הילולא קדישא געפאלט אויס אום שבת קודש, גרייט זיך קערעסטיר צו א זעלטן "געהויבענעם שבת קודש" פאר די טויזנטער אידן וואס וועלן אי"ה וויילן אויפ'ן יארצייט, סמוך ונראה צום ציון המציונת, וקהל גדול ישובו הנה, אין דעם "עיר האבות" וואס האט אמאל געשיינט און געלויכטן בנועם קדושת השבת אין שאטן פון הייליגן רבי ישעי׳לע זי״ע.
דארט, צווישן די קליינע געסלעך פון דעם ריינעם שטעטעלע, וואס איז אמאל געווען דער לייכט-טורעם פאר'ן חסידישן אידנטום פון גאנץ אונגאַרן וועלכע זענען געקומען זיך ווייקן ביים צדיק וואס האט באלויכטן די וועלט מיט זיין קדושה, איבערהויפט אין די הייליגע שבתים וואו טויזנטער אידן פלעגן קומען צו פארן פון איבער׳ן גאנצן לאנד לעשות את השבת קודש בצלו פונעם מופת הדור, וועלן אלפי ישראל ווידעראמאל פּראווען א שבת קודש מעין עולם הבא, אינאיינעם מיט פילע אייניקלעך פונעם צדיק בעל ההילולא קדישא און רבנים הגאונים וצדיקים שליט"א פון איבער דער וועלט.
די מאסיווע צוגרייטונגען צו אנטפאנגען די מקהלות רבבות זענען פרעצעדענטלאז. די היי-יאריגע הכנות זענען אויף אקטאוון ווי נאך קיינמאל בעפאר. א שאטער ענקי פון גאנצע 20,000 סקווער-פיס איז אויפגעשטעלט געווארן, באגלייט פון א גאנצע ריי קלענערע שאטערן פאר אלע סארט נויטווענדיגקייטן צו סערווירן די צענדליגער אלפים הבאים להפקד בדבר ישועה ורחמים לענגאויס דעם שבת קודש און במשך אלע טעג ארום די הילולא קדישא.
דער גאנצער שבת וועט אי״ה אפּגעראכטן ווערן בראשות הרבנים הגאונים הצדיקים שליט״א, מנהיגי קהלות עדות ישורין, די געהויבענע אייניקלעך פון הרה״ק רבי ישעי׳לע זי״ע, און מ׳וועט אי״ה האבן די זכי׳ צו הערן במשך דעם שבת הערליכע סיפורי קודש, דרשות, סיי ביי די סעודות, און דאס זעלבע ביי פרקי אבות אלעס מיט א געהויבנקייט וואס וועט אי״ה פארבלייבן איינגעקריצט אין די ביינער, יום שבתון אין לשכוח. נאטירליך אז צוצושטעלן אזא שבת קודש — וואס נעמט אריין אין זיך פארזארגן ״טויזנטער אידן״ מיט ״שלאף-פלאץ״, צו קענען וויילן במשך דעם שבת אין דעם הייליג הויז — נעמט אין זיך אריין אומגעהויערע פארברייטונגען.
דער שבת קודש ווערט צוגעשטעלט ברוב פאר והדר, מיט א געוואלדיגער רחבות, דורך די ראשי קערעסטיר וועלכע פארפיגן מיט "רבי ישעי’לעס הויז", וועלכע שטייט מיט אפענע טירן און טויערן במשך דעם ״גאנצן יאר" צוצושטעלן "אלעס" וואס פעלט זיך אויס, ברוחניות ובגשמיות, פאר יעדן איד וואס טרעט איבער דעם שוועל פון דער שטאט קערעסטיר. די סאמע גרעסטע מאורעות-מייסטער פון ניו יארק און ארה״ק אין שפיץ פון די בארימטער "טיפ הפקות" זענען אראפגעברענגט געווארן און די מאקסימום מאסנאמען זענען אונטערגענומען געווארן דורך די ראשי העומדים על משמרת קערעסטיר וועלעכע לאזן זיך קאסטן סכומים אדירים צו פארזיכערן דעם איין-איינציגן ציל: אז ״יעדער איד״ וואס קומט צו פארן פון וועלכן וועלט-עק זאל האבן צוגעשטעלט דעם גאנצן שבת קודש מיט א באקוועמליכקייט און רואיגקייט!
דער סאמע הויכפונקט פונעם שבת קודש און בכלל פון די הילולא קדישא וועט בלי ספק זיין דער מעמד ההוד, דער צענטראלער סעודת הילולא רבתי במוצאי יום גילה, ביי ״רבי ישעי׳לעס מלוה מלכה״ וואס וועט אי״ה אפגעראכטן ווערן מיט׳ן גרעסטן פראכט במקהלות אלפים מישראל! באותו מעמד קדוש, אין די הייליגע מאמענטן, יום פנה בצל תומר, וואס כידוע איז איינס פון די גרעסטע עבודות ביי רבי ישעי׳לע זי״ע געווען ״די מלוה מלכה״ מדי שבוע בשבוע, ווען אידן פון אומעטום פלעגן קומען זיך מסתופף זיין בצלו הקדוש, און ר' ישעיהע'לע אליין פלעגט זיין עומד ומשמש אהערצושטעלן א פליישיגע סעודה רחבה כיד המלך, כידוע מיט העכערע כוונות
ובכן אצינד ביי זיין הילולא קדישא, כצאת מן השבת הילולא, וועלן טויזנטער אידן זיך צונויפקומען תחת קורת גג אחד, סיי די אלפים וואס וועלן פּראווען דעם שבת קודש אין קערעסטיר, און סיי די פילע חבורות וואס וועלן זיך געפינען אין אלע ארומיגע שטעט לענגאויס די ארצות אייראפע אויף שבת וואס יעדער וועט וועלן פארזיכערן אז מ׳קען מיטהאלטן די סעודה הרוממה, באותו מקום ובאותו זמן, און דערביי זיך אנשעפן מיט הייליגע סיפורים במשנתו של צדיק, אונטער א געהויבענע אטמאספערע, אלס הכנה צום עלי׳ לציון הקדוש, לבקש רחמים על עמך ישראל. פילע טויזנטער זיץ-פלעצער איז צוגעגרייט געווארן פאר די אלפים מישראל ביים מעמד האדיר, וואס וועט אי״ה באשיינט ווערן בראשות האדמורי"ם והרבנים מאורי הדור אייניקלעך פון הייליגן בעל ההילולא קדישא, וואו מ׳וועט הערן דרשות בגודל הזמן.
מטעם די ראשי עיר קערעסטיר ווערט ארויסגעברענגט א פערזענליכע הזמנה צו אלע אלפי ישראל הבאים מכל קצוי תבל, אין שפיץ פון די נגידים בעם, אנשי שם, ראשי קהלות, טפסרים ושועים, הרבנים הגאונים הצדיקים, ראשי ישיבות ודייני דבבא מכל קהלות הקודש צו קומען זיך באַטייליגן ביים מעמד ההוד במוצאי מנוחה אינעם גרויסן שאטער במקהלות אלפים! די מאקסימום השתדלות ווערט אונטערגענומען צו קענען יעדן איינעם מכבד זיין, אנטפאנגען, און סערווירן מיט א ווארעמע מכובד׳דיגע סעודה לכבוד היום, ווען אלפים מישראל וועלן אויסניצן די געלעגנהייט זיך צו וואַשן צו די סעודת מלוה מלכה רבתי, די סעודת הילולא קדישא, מעורר זיין דעם אהבת קדומים, מיט אַ הייסע האָפענונג אַז חזק ימלא משאלותינו אמיץ יעשה בקשתינו והוא ישלח במעשי ידינו ברכה והצלחה.
שאי סביב עיניך וראו כולם נקבצו באו לך: עטליכע איבערגעפולטע טשארטער-פליגערס קומען צו פליען מיט דירעקט-רייזעס פון ניו יארק און ארה״ק צו די הילולא קדישא אין קערעסטיר, טיכטיגע טראוועל-אגענטורן באווייזן צוצושטעלן פאר׳ן ציבור באקוועמע רייזעס על טהרת קודש אויפ׳ן באקוועמסטן אופן צו קענען פארן און קומען מיט דער גרעסטער מאס רואיגקייט.
ווי שוין ברייט באריכטעט דא אויף 'בחצרות' האבן די ראשי העיר קערעסטיר נכדי בעל ההילולא באוויזן אפצוקויפן א נייעם גיגאנטישן שטח אדיר הארט נעבן דעם הייליגן הויז, מיט א פלאן דארט אויפצובויען בעתיד בנינים כבירים לטובת אלפי ישראל הבאים לפקוד דבר ישועה ורחמים, וואס ווי געזאגט שאפט דאס היסטאריע און טוישט די מאפע פון קערעסטיר! אויף דעם שטח הכביר, וואס איז דירעקט פארבינדן מיט׳ן ביתו נאוה קודש וועט אי״ה אויפגעבויעט ווערן בעתיד גרויסארטיגע געביידעס פאר הכנסת אורחים ד׳קערעסטיר און וועט אי״ה פארוואנדלט ווערן אלס ״סדנא דארעא״ מיט דעם חצר הקודש פון הייליגן צדיק. בעת רוב פונעם שטח איז בלויז ליידיגער באדען, געפינט זיך ״שוין יעצט״ דאָרט אַ גרויסע געביידע, וואס וועט שוין ״יעצט אויפ׳ן יארצייט״ אריינגיין אין באנוץ פון די רבבות עולי קערעסטיר אלס ״היכל התורה״ און אויפ׳ן לאנגן טערמין פלאנירט מען דארט אהערצושטעלן א הערליכן גרויסן היכל פאר גרעסערע חבורות צו קענען אפּרעכטן דארט סעודות און מאורעות במשך השנה ובפרט דורכאויס די שבתות השנה, וואס דאס איז שוין א נויטווענדיגקייט פון גאר א לאנגע תקופה, און אצינד וועט דאס בעז״ה ערפולט ווערן ברוב פּאר והדר.
מיט׳ן אחריות פאַר די אויגן אַז ״רבבות אידן״ קומען צו פארן צום יארצייט, און יעדער וויל דאך אנקומען צום ציון הקדוש שופך שיח זיין, האָבן די געטרייע נכדי הצדיק וועלכע פארפיגן אויפ׳ן ציון הקדוש אריינגעלייגט כוחות עצומות מיט אויסערגעווענליכע באמיאונגען, אַהערצושטעלן א סדר וואס וועט פארזיכערן אז ״יעדער איד״ קען צוקומען צום ציון הקדוש ביומא דהילולא און מתפלל זיין! די ראשי עם בעיר קערעסטיר, האבן בסייעתא דשמיא באוויזן אהערצושטעלן א גאר געניטן סדר, וואס וועט סיי קאנטראלירן דעם אומגעהויערן פאַרקער ערב שבת קודש, מוצש״ק און זונטאג במשך דעם גאנצן טאג, מיט א סדר באגלייט פון עסקנים און ספעציעלע זיכערהייט-איינהייטן, וועלכע וועלן שטיין אויף דער וואך אז ס׳זאל נישט קומען חלילה צו קיין סכנה און אז יעדער האט די מעגליכקייט אדורכצוגיין צום ציון הקדוש.
וויבאלד ס׳איז קלאר אז דער אהל הקדוש זעלבסט איז נישט מעגליך בעולם צו קענען אויפנעמען אזויפיל טויזנטער אידן אויפאמאל, האט מען געלאזט אויפשטעלן, הארט נעבן דעם מקום ציון המצויינת, צוויי שאטערס וואס וועלן זיין מיוחד מיט אלע הצטרכות פאר די פוקדי הציון מבקשי ישועה. א באזונדערער ״ליכט שאַטער״ פאר אלפי ישראל צו קענען צינדן ליכט לע״נ דעם צדיק יסוד העולם ביומא דהילולא קדישא דילי׳. א באזונדערער ״תהלים שאטער״ אפגעקילט פון עירקאנדישן אויסשטאפירט מיט פילע טישן און בענק, ספרי תהלים, קוויטלעך, וואו מ׳וועט קענען מתפּלל זיין מתוך הרחבת הדעת. באזונדער וועט זיין צוגעשטעלט טעימה קלה, איבערבייס און הייסע קאווע, אויף א ברייטער פארנעם פאר'ן ציבור. אזוי אויך וועט זיך געפינען אינעם שאַטער אויף א באזונדערן ווינקל דער 'קאמענד צענטער' פאר די צענדליגער טויזנטער קוויטלעך וואס וועלן געשיקט ווערן פון איבער די וועלט דירעקט צו די אפיסעס פון רבי ישעי׳לעס הויז, און דארט וועט מען דאס אַרויסדרוקן און תיכף ארויפשיקן צום ציון הק’.
Comments