top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וזוכר חסדי אבות • ערשטע טיש - 'סעודת ראש חודש תמוז' ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

מאנטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: ארי פריינד

 

הונדערטער חסידי קאסוב און תושבי בארא פארק האבן זיך נעכטן פארזאמעלט אין קאסובער ביהמ"ד אין בארא פארק, ווי עס איז געפראוועט געווארן דער ערשטע טיש - א 'סעודת ראש חודש תמוז' דורך כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן דעם ערשטן טיש נאכן געקרוינט ווערן אלס ממלא מקום אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, לכהן תחת אביו בהנהגת העדה הקדושה.


דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים וואו די משמשים בקודש פונעם רבי'ן זצ"ל האבן ווייטער אנגעהאלטן זייערע חזקה לשרת בקודש, דורכאויס דעם טיש האט די רבי עטליכע מאל משמיע געוועהן דברות קודש, געפלאכטן מיט דברי קבלה בתורת הח"ן במשנתו הטהורה פון אביו הגדול דער רבי זצ"ל. צווישן אנדערע האט דער רבי ארויסגעברענגט די גרויסע חלל וואס האט זיך געשאפן מיט די הסתלקות פונעם פאטער, און ווי חסידים קענען טראכטן אז ס'איז שוין אפשר נישט דא וואס צו קומען, אבער מיר גלייבן אז דער טאטע געפונט זיך דא ווייטער צווישן אונז און איז ווייטער משפיע פאר זיינע תלמידים כבנים מגנזי מרומים. אזוי אויך האט דער רבי ארומגערעדט איבער זיך האלטן בשלום און אחדות לעשות נייחא לנשמתו פארן רבי'ן זצ"ל. מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם ראש הקהל הנגיד ר' שלמה זלמן קליין הי"ו וועלכע האט מנדב געווען די סעודת ראש חודש.




コメント


bottom of page