top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסדי השם: האד' מביאלא ווערט באפרייט פון שפיטאל

דאנערשטאג פ' קדושים • א' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: שוקי לרר


חסידי ביאלא נעמען אויף מיט גרויס שמחה און פרייד די בשורה טובה אז חסדי ה' כי לא תמנו, תפלות ישראל עשתה רושם וועט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א לקראת שבת קודש באפרייט ווערן פון שפיטאל נאך די שווערע דורכגאנג אינעם מצב הבריאות וואס דער רבי איז דורך די לעצטע וואך.


ווי ברייט באריכטעט דא אויף 'בחצרות' איז דער ביאלער רבי אריינגענומען געווארן אין שפיטאל פאריגע וואך פרייטאג פר' אחרי נאכ'ן ליידן פון א שווערע לונגען-אנטצינדונג, וואס האט באדייט א מצב סכנה.


אין לויף פון די וואך איז דער מצב ב"ה געגאנגען צו בעסערונג, בעת די חסידים טוען אומאויפהערליך מתפלל זיין ביי רוטינע משמרות און עצרות תפלה פאר'ן רבי'נס געזונט. היינט דאנערשטאג איז געקומען די ענדגילטיגע החלטה פון די דאקטוירים אז דער רבי קען שוין באפרייט ווערן פון שפיטאל, אריינבלאזנדיג א שטראם פון התרגשות של שמחה ביי אלע חסידים.


גלייכצייטיג ווערט געמאלדן אז דער רבי וועט וויילן אויף עטליכע טעג למנוחת הנפש אין אן אפרו-ארט מחוץ לעיר, און מ'האפט אז בקרוב הימים וועט זיך דער רבי אהיימקערן למעון קדשו און זיך צוריק זען אינאיינעם מיט די חסידים וואס קוקן שוין אזוי ארויס דערויף. אין דער זעלבער צייט זענען די חסידים ווייטער מתפלל פאר'ן רבי'נס פולקאמע ערהוילונג, און עס גייען ווייטער אן די עצרות תפלה ואמירת תהילים ברוב עם אין אלע שטעט.


לרגל התחלת הזמן איז ארויס א הוראה דורך הגה"צ רבי יוסף ראבינאוויטש ראש ישיבת ביאלא אז אלע עצרות תפלה אין די בתי מדרשים זאלן פארקומען נאר ביי די שעות פון אוונט, כדי די בחורים זאלן עס קענען מיטהאלטן און נאך אלץ נישט געשטערט ווערן פון די סדרי הלימודים.

bottom of page