top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ח"י סיון יומא דהילולא פון הסב"ק מראדאשיץ זי"ע, געפראוועט מיט גרויס התעוררות אין ראדאשיץ פולין דורך אלפי ישראל

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מַה נּוֹרָא הַמָּקוֹם הַזֶּה, וְעָלוּ מוֹשִׁעִים בְּהַר צִיּוֹן:


מיט גרויס התעוררות און רגשי קודש האט כלל ישראל געפראוועט פארגאנגענעם יום המסוגל מאנטאג פרשת שלח, ח"י סיון העעל"ט, די הייליגע יארצייט פון האי צדיק וקדוש, מושיען של ישראל, מופת הדורות, צדיק יסוד עולם, מרן הסבא קדישא רביה"ק ישכר בער ב"ר יצחק זי"ע מראדאשיץ, וואס איז היי-יאר בשנת תשפ"ד אויסגעפאלן די 181 'סטע יומא דהילולא קדישא, פון זיין הסתלקות לשמי מרום בשנת תר"ג לפ"ק.


גרויסן טאג יום המסוגל לישועות, אינעם הייליג שטעטל ראדאשיץ, פוילן, וואו עס זענען זיך צאמגעקומען אלפי ישראל מכל קצוי תבל, צו האבן די זכי' צו פוקד זיין ציונו הקדוש מקום מנוחתו פונעם צדיק, און זוכה זיין צו פועל'ן ישועות ורפואות פאר'ן כלל און פאר'ן פרט, ביי אזא מסוגל'דיגער מקום וואס איז מקובל דור אחר דור אלס א צואינגס קראפט פאר יעדן איד בעל עת מצוא, ווען מ'נויטיגט זיך אין א ישועה, אדער צו זען הצלחה און זוכה זיין צו השפעות טובות דורך דער גרויסער זכות פונעם וואונדערליכער צדיק, דער הייליגער ראדאשיצער זי"ע. היי-יאר האט דער טאג פונעם יארצייט געטראגן א באזונדערער באדייט, וויבאלד מ'האט ב"ה זוכה געווען צו דער געוואלדיגער זכי' צו קענען בכי טוב באנייען די פראכטפולע מקוה טהרה וואס איז געבויט געווארן אינערהאלב די ריזן הכנסת אורחים געביידע על יד ציון המצוינת. טויזנטער אידן האבן זוכה געווען זיך צו מקדש ומטהר זיין איידער'ן ארויפגיין צום מקום קודש הקדשים, א זאך וואס איז ביז היינט נישט געווען אזא מציאות, און ב"ה נאך פיל הארעוואניע און שוועריגקייטן האט מען מיט גרויס הצתרגשות היי-יאר זוכה געווען צום אזוי-ארויסגעקוקטן מאמענט.


דאס ארט פונעם הייליגן פועל ישועות, מרן הסבא קדישא זי"ע, איז דאך באקאנט פאר יעדן אלס א מקום לפעול ישועות ורחמים, ווען ס'איז באקאנט דאס הייליג הבטחה וואס דער צדיק האט מבטיח געווען לפני פטירתו, אז אפילו מ'וועט נישט הערן פון אים, וועט אבער געענטפערט ווערן צו זען אפענע ישועות פונקט ווי בימי חיותו! לאחר פטירתו דור אחר דור איז דער מקום מסוגל לישועות, איבערהויפט בימי ההילולא ווען אידן פון אלע שטעט האבן געוואנדערט אויף די וועגן און שטעגן, צו קענען האבן די זכי' צו מקבל זיין די השפעות טובות וואס דער צדיק איז משפיע. אין די לעצטערע יארן האבן די עסקנים פון "מכון נחלת קדומים" - וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן איבערצופרישן און אהערשטעלן כראוי וכיאות מקום מנוחות הצדיק, וואס איז געווען ביז לעצטענס ליידער פארוויסט און פארוואגלט, און א שמוציגן ארט ווי די לאקאלע איינוואוינער האבן זיך באניצט דערמיט פאר זייערע פארוויילונגס – בעז"ה זוכה געווען להעמיד הציון על תילה, מיט'ן אהערשטעלן א שטאנדהאפטיגן אהל הקדוש, און איבערפרישן דעם בית החיים און די גדרים ארום, להחיות נפש צדיק, און פארוואנדלען צוריק דאס ארט כמקדמת דנא בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג, אז אידן זאלן זיך קענען אויסגיסן דאס הארץ און איינרייסן ביים שוכן מרומים, ביי אזא אויסגעווייקטן הייליג ארט, צו אויפוועקן די וואונדערליכע ישועות וואס דער צדיק האט באוויזן כל ימי חייו.


מיט עטליכע יאר צוריק האבן די עסקני ועד נחלת קדומים אריינגעשפרינגען אין א גרויסארטיגן פראיעקט, מיט'ן אויפבויען א פולשטענדיגן בנין האדיר, צו אנטהאלטן אין זיך; א בית המדרש הגדול ומפואר; א רחבות'דיגער עס- זאל צו קענען זיך דערכאפן דאס הארץ קומענדיג פון ווייטע שטרעקעס; א הערליכע באקוועמע מקוה מפוארה לטהרתן של ישראל; הערליכע לופטיגע שלאף צימערן; און אלעס אינדערמיט וואס פעלט זיך אויס פאר אידן וואס קומען אהין אפגעמושטעט און אפגעמאטערט פון שווערע לאנגע וועגן, זיך צו קענען אויסבעטן ביים צדיק מיט א קלארן מח, א בנין הכנסת אורחים מיט אש"ל מלא כליל בהדרו מיט'ן גאנצן פראכט! אין שטאט ראדאשיץ איז נאך פיל גרעסער דער צורך פאר א באקוועמע גרויסע הכנסת אורחים וכל המסתעף ווי ביי אנדערע באקאנטע מקומות הקדושים לענגאויס אייראפע, צוליב דער פאקט אז ראדאשיץ איז זייער פארשטופט, ווייט ארויס פון די צענטראלע געגנטער וואו אידן פארן ארום אויף קברי צדיקים, און איז א מרחק פון יעדע גרויסע ציון כאטש צוויי שעה וועג, וואס באדייט אז חבורות וואס קומען צו פארן קיין ראדאשיץ האבן נישט פאר לאנגע שעות די מינימאלע געברויכן און באדערפענישן, ווי אכילה שתיה לינה, א ווארעמע מקוה, א מקום תפילה וכדו', און ס'פעלט דאס ביסעלע הרחבת הדעת וואס מ'דארף האבן איידער'ן גיין מתפלל זיין ביים צדיק. תהלה לקל יתברך, נאך לאנגיעריגע השתדלות, עסקנות, און העפטיגע צוגרייטונגען מסדר צו זיין אלע לעגאלע און ביוראקראטישע פראצעדורן, האלט מען שוין דא בעז"ה ווען דער בנין שטייט שוין כמעט כליל בהדרו! דער גאנצע סטרוקטור שטייט שוין מיט איר פולסטן פראכט און מאיעסטעטישקייט, און די רבו עושי המלאכה פארפיגן רונדע דעם זייגער זיך צוצויאגן מיט די ארבעט, צו פארפולקאמען דאס וואונטש צו פארענדיגן דעם בנין מרכז ראדאשיץ מיט איר מלכות'דיגן פראכט בקרב החדשים בעז"ה.


דאס יאר האט מען בעז"ה זוכה געווען צו פולשטענדיג באנייען דער הערליכער מקוה מפואהר פונעם בנין האדיר, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן כליל בהדרו מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען וואס פעלט זיך אויס. עס איז מערקווירדיג אז שטייענדיג מיט בלויז עטליכע טעג איידער'ן יארצייט ווען מ'האט שוין געהאלטן ביים אנפילן די בורות מיט מי גשמים, איז אבער דער וועטער געווען עפעס הערליך שיין און א רעגן האט זיך נישט אנגעזען אויפ'ן האריזאנט. עס האט אויסגעקוקט אז אלעס ח"ו וועט נישט זיין נוגע אויף דאס יאר, וויבאלד אלע וואס זאגן פאר האבן נישט געזען קיין רעגן ביז נאכ'ן יארצייט. איז וואס טוט א איד שטייענדיג בלויז עטליכע טריט אוועק פונעם הייליגן ציון? די עסקנים אויפ'ן ארט האבן זיך אויסגעוויינט ביים הייליג צדיק, אויסשרייענדיג אז דער צדיק איז כל ימי חייו געווען באוואוסט מיט זיין אויסטערלישע קדושה וטהרה, און זיין פרסום האט זיך זאגאר אנגעהויבן, ווי באקאנט, דורך זיך מטהר זיין אין א מקוה בעת וואס ער איז געווען זייער נישט געזונט. מען האט מתפלל געווען מעומק הלב אז הונדערטער אידן וועלן דא קומען ביומא דהילולא אבער לעת עתה קוקט אויס ליידער ווי א כשר'ע מקוה וועט נישט זיין. ווי וואונדערליך עס הערט זיך, איז אבער דער מציאות געווען אויסטערליש הפלא'דיג! עס איז נישט אריבער בלויז עטליכע מינוט, און א שווערע דיקע שווארצע וואלקן האט זיך אנגעריקט אויפ'ן האריזאנט, און אומר ועושה עס האט זיך אראפגעלאזט א שטורמישע שלאקס רעגן אז די גאנצע שטאט ראדאשיץ האט געהאט א קורצשלוס אין רעזולטאט פונעם וועטער. די בורות מי גשמים האבן זיך ב"ה אנגעפילט און דער ריזן ציבור בימי יומא דהילולא האבן ב"ה זוכה געווען צו באנייען די מקוה מפוארה, צו די גרעניצלאזע התרגשות ושמחה עצומה פון די עסקני ראדאשיץ וואס ארבעטן שוין יאר לאנג צושטאנד צוברענגען דעם פראיעקט צו איר פולקאמע השלמה. עס דארף ארויסגעברענט ווערן די איבערמענטשליכע השתדלות וואס איז אריינגעלייגט געווארן דורך די חשוב'ע עסקנים, אין שפיץ פון הרבני החשוב ר' מאיר יעקב טעסלער הי"ו פון די באַרימטע "מיילא טיעם" אין קרית יואל. וואס יומם ולילה לא ישבותו איז ער אריינגעטון ראשו ורובו אינעם גאנצן פראיעקט כל אורך הדרך.


דאס יאר זענען אַראַנדזשירט געוואָרן עטליכע נסיעות פון עטליכע לענדער איבער דער וועלט וואָס האבן געמאכט זייערע פיסטריט קיין ראַדאַשיץ, וואס איז פאַרוואַנדלט געווארן אין די ימי ההילולא אלס מקום שואבת, תל תלפיות שהכל פונים אליו, ווען אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן געהאט די זכי' צו פוקד זיין ביים מקום קודש הקדשים, און איינרייסן ביים שוכן מרומים צו זוכה זיין צו ישועות ורפואות, און זוכה זיין צו מקבל זיין די השפעות דקדושה. מטעם מכון נחלת קדומים, זענען איינגעשפאנט געווארן פילצאליגע עסקנים וועלכע האבן אראנזשירט די נויטיגע הכנות צו אקאמאדירן די פלייץ פון אידן וועלכע זענען געקומען פוקד זיין דאס הייליג ארט. די אידן וועלכע זענען געקומען צופארן בימי ההילולא האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די צרכי ציבור וואס איז געווען אהערגעשטעלט אויפ'ן העכסטן פארנעם בדרך כבוד מהחל ועד כלה. אום 6 אזייגער נאכמיטאג איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא קדישא רבתי בראשות רבנים ומגידים חשובים שליט"א. אויפ'ן אויבנאן האט זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראדאשיץ ארה"ק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראדאשיץ בני ברק שליט"א, הכה"צ רבי ברוך שטערן שליט"א אב"ד מירון מאנסי, הגה"צ רבי יחיאל יוסף שווארץ שליט"א אב"ד ווייטצען, הרה"ג יצחק בריזעל שליט"א דומ"ץ בקרית יואל וראה"כ כולל חצות קרית יואל. דער ציבור האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודת הילולא, ווען ס'איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך א סעודה רחבה רייך און געשמאק אויפ'ן שענסטן און בעסטן פארנעם, וואס האט געצייגט די געטריישאפט און כוחות וואס די אראנדזשירער האבן אינזין געהאט יעדן דעטאל. ס'איז געווען א הערליך בילד צוצוזען ווי ס'זיצן חסידים ואנשי מעשה יראים ושלמים פון אנדערע לענדער, און מ'פראוועט א הערליכע יארצייט סעודה בשבת אחים כמקדמת דנא.


בעפאר'ן אנהייבן די סדר המעמד האט הרב ר' שמואל שפיצער שליט"א פון די העלדישע עסקני הועד, אויפגעטרעטן מיט רירנדע ווערטער אראפלייגנדיג את כל התלאות אשר מצאתנו, זינט מ'האט זיך אריינגעווארפן צו מתקן זיין ולגדור גדר ביים בית עלמין מיט 22 יאר צוריק אינאיינעם מיט שותפו לדבר מצוה מו"ה ר' אברהם ברוך בראך הי"ו, ביז מ'האט דערגרייכט מיט גרויס סייעתא דשמיא צוצושטעלן אלעס למען כבוד הצדיק, און דער ברייטער ציבור זאל קענען קומען מתפלל זיין מיט ישוב הדעת. ער האט ארויסגעברענגט לשבח הרה״ח ר׳ יוסף עקשטיין שליט"א וועלכער איז געשטאנען לימין הצדיק בכל עת מצוא, איבערהויפט מיט׳ן זיך אריינלייגן צו גענצליך איבערמאכן און אהערשטעלן דעם נייעם אוהל למען כבוד הצדיק, וואס דאס איז געווען דער ערשטער און וויכטיגסטער שריט צו נעמען אז דער בית החיים זאל זיין אפגעהיטן מכל מכשול. אזוי אויך איז דערמאנט געווארן הרה"צ רבי משה לאנדא מיאמפאלא שליט"א וואס האט זיך אלע יארן אוועקגעגעבן בלב ובנפש צו מסדר צו זיין דער הייליג פלאץ. איבערהויפט איז ארויסגעהויבן געווארן די פעולות לטובה אלע יארן וואס איז געטון געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וואס שוין יארן לאנג איז ער אריינגעמישט בעובי הקורה למען כבוד הצדיק לפעול למען ציונו הקדוש לכבוד ולתפארת.


שליחו דציבורא יעדער קען געהאלפן ווערן דער מיט שידוכים דער מיט קארט קעיסעס דער מיט זרע של קיימאף אויסגערעכנט מענטשן געזען דא צדיק אנגערירט קלאמקע גדולין צדיקים במיתתם, גלייבן באמונה שלימה צדיק געזאגט מיט אמונה קען מען פועלן. ווי דא גרעסער אמונה אלע אידן געלאזט קאסטן גלייבט אין צדיק שטערקטסע אמונה זיכער געהאלפן לאמיר אינזין האבן אנדערע. געזינגען ראדאשיצער ניגון. דער אורח הדגול הרה"ג ר' בנציון קלעצקין שליט"א מגיד מישרים פון ארה"ק האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים וואס האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור פאר א לענגערע צייט. מיט זיין בליציגע שפראך האט ער מליצה'דיג אראפגעברענגט מפי ספרים וסופרים די תכלית פון א סעודת הילולא פון א צדיק וואס מ'פראוועט יעצט, און בפרטיות אריינגעגאנגען אין די תולדות פונעם גרויסן בעל הילולא זי"ע. אזוי האט ער צוגעגרייט דעם ציבור צום מעמד בקשת רחמים וואס מ'גייט נאכ'ן סעודה זוכה זייין צו איינרייסן במקום קודש בקדשים ציון המציונת פונעם בעל הילולא זי"ע. פון קראנטע מקורות האט דער מגיד מישרים אנטפלעקט וואונדערליכע סיפורים און שנות חייו פונעם וואונדערליכן צדיק, וואס האט געהאט אזא גרויסן כח צו פראווען אפענע אותות ומופתים לעין כל. דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א מיט א גאר ווארעמע דרשה בגודל קדושת היום, און דערציילט שיינע איבער'ן גרויסן בעל הילולא, און דער זכות וואס דער ציבור האט צו קענען זיין דא בצל הקודש לפקוד ציונו הקדוש. דער רבי שליט"א האט נאכדערציילט אויסטערלישע אפענע סיפורים וואס אידן האבן געזען בימי חייו, און לאחר פטירתו דורכ'ן מתפלל זיין ביים ציון הקדוש, און באזונדער דורכ'ן טון למען כבוד הצדיק. הגה"צ רבי ברוך שטערן שליט"א אב"ד מירון מאנסי האט אויפגעטרעטן מיט גאר ווארימע דיבורים בגודל קדושת המקום און אנגעווארעמט דעם ציבור לבקש רחמים ביים ארויפגיין צום ציון הקדוש. נאכ׳ן מאכן די ריכטיגע הכנה צו ארויפגיין צו איינרייסן במקום קודש הקדשים, האט מען געבענטשט ברכת המזון בכוונה יתירה מיט וועלכע ס׳איז נתכבד געווארן מו״ה ר׳ אברהם ברוך בראך הי״ו.


נאכ'ן סעודה איז מען תיכף צוגעגאנגען צום מקום קודש הקדשים פונעם גרויסן פועל ישועות ציס"ע, הרה"ק הסבא קדישא זצלהלה"ה. ס'איז נישט מעגליך אין ראַמען פון אן ארטיקל ארויסצוברענגען וואספארא אויר ס'האט זיך געשפירט ביים מקום קודש הקדשים ציון המצוינת פונעם מושיען של ישראל, בהאי יומא דקגרים ח"י סיון יומא דהילולא קדישא. עס שטייען אַ ציבור אידן צונויפגעפרעסט אינעם אויסגעווייקטן מקום המסוגל לישועות, טייכן טרערן פליסן זיך ארויס פון יעדנ'ס תהילים'ל, מ'גיסט אויס דאס פארווייטאגט הארץ פון כלל ישראל. אלעמענ'ס צרות זענען זיך צאמגעקומען לפונדק אחד, אינזינען האבנדיג כל בית ישראל הזקוקים לדבר ישועה ורחמים. קרעכצן און יללות, מיט הימל-שפּאַלטנדע תחנונים הערן זיך ארויס פונעם ציון הקדוש, מ'רייסט איין ביים שוכן מרומים, מ'וויינט זיך אויס אויף די צרות ויסורים ומכאובים וואס אידן מאכן ליידער מיט, און בזכותו הקדוש פונעם הייליגן פועל ישעות איז מען מתפלל צו זען היינט צוטאגס וואונדערליכע ישועות למעלה מדרך הטבע בזכותו הנשגב פון האי צדיק ופועל ישועות. גענוי ווי בחיים חיותו, זאל דער צדיק יעצט אראפשיינען מאורו און פועלן ביים כסא הכבוד ישועות וואס כלל ישראל קוקט אזוי שטארק ארויס. אינמיטן האט הרה"ג רבי בנציון קלעצקין שליט"א מגיד מישירים, אויפגעטרעטן מיט אויסטערלישע דיבורים היוצאים מן הלב, מיט א געוואלדיגע התעוררות האט ער אנגעצינדן יעדנ'ס הארץ נישט ארויסצולאזן אזא הייליגער און זעלטענער מאמענט בפרט צו מעורר זיין פאר א קבוצה אידן וואס זענען זקוק לישועת השם בזרע של קיימא. דער מגיד מישירים האט דערמאנט אז דער צדיק'ס נשמה קומט אראפ ביי זיין קבר ביומא דהילולא, דעריבער שרייט ער אויס צום צדיק ער זאל נישט פארגעסן פון די שווערע צרות און מכאובים וואס כלל ישראל גייט אריבער אין אלע ענינים, ער זאל אינזין האבן די אלע אידן וואס קומען דא און רייסן איין במקום קיבול תפלות, און ברענגען מיט זיך זעק און פעק פון שווערע מיטמאכענישן וואס אידן ליידן ליידער בכל מקומות מושבותיהם.


דער מגיד מישרים האט פארגעזאגט פּסוקי סליחות מיט אויסטערלישע התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט אבינו מלכינו מיט גרויס בכיות וואס האט נאכגעפאלגט מיט אַ פייערדיגע קדיש נאכ'ן ארויסהייבן אז געווענליך שעמט זיך א מענשט צו אויסשרייען אמן יהא שמי' רבא בכל כוחו, אבער דא אצינד קען עס יעדער טון בל לבבו ונפשו. עס איז געווען א מעמד בוקע רקיעים אין אהל מיט הייליגע הרגשים וואס גייט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון זכרון פון די באטייליגטע. די תפלות האבן בוקע רקיעם געווען ווען מ'האט דערמאנט די נעמען פון א גרויסע רישומא הזכרות וואס מ'האט פארגעליינט. א לענגערע צייט האבן אידן מזכיר געווען די פילע הזכרות און איינגעריסן ביים שוכן מרומים מיט'ן האבן די גרויסע זכות פונעם צדיק צו אראפברענגען הויפנעס ישועות ורפואות פאר כלל ישראל. נאכ'ן פארענדיגן דעם פארכטיגן מעמד בקשת רחמים האט זיך דער ציבור אינדרויסן פון אוהל ארויסגעלאזט אין פייערדיגע לעבעדיגע טענץ, גלייבנדיג אַז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס, און מ'האט זיך געווינטשן איינער דעם צווייטן צו זוכה זיין צו זען די אפענע ישוות יעדער וואס מ'דארף. זאל דער אייבערשטער העלפן מ'זאל האבן געפועלט אלעס גוטס בזכותו הגדול והנורא פונעם הייליגן פועל ישועות בקרב הארץ, הרה"ק רבי ישכר בער ב"ר יצחק זי"ע, מ'זאל מיטנעמען מיט זיך די השפעות אויף א גאנץ יאר, און מיר זאלן שוין זוכה זען צו די ישועה כלליות בקרוב. די עסקנים ארבעטן ווייטער מיט שטארקע כוחות צו פארענדיגן דעם גאנצן בנין הכנסת אורחים כליל בהדרו, אין וואס נדיבים בעם כאפן אריין צו זוכה זיין להחיות נפש צדיק און האבן א ריכטיגן קשר על יד ציונו הקדוש, וואס מ'האפט אין די קומענדיגע תקופה צו פולקאם פארענדיגן אלע שטאקן פונעם געביידע מיט'ן גאנצן פראכט לכבוד ותפארת.


ויושר יליצו בעדינו חיות אש!












Comments


bottom of page