top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התעוררות'דיגן מסע הקודש 'פועל ישועות' דורך האד' מסאדיגורא צו די מקומות הקדושים אין גליל

דינסטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

א געהויבענע יומא אריכתא, א טאג פון התרוממות והתעלות איז אריבער אויף הונדערטער חסידי סאדיגורא וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים אדירים פון הונדערט טויזנט שקל און ארויף ביים קאמפיין 'בונים עתיד' לטובת די מרכז העולמי רוז'ין סאדיגורא, און האבן אצינד געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א מסע הוד צו די מקומות הקדושים אין גליל אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, אויסצובעטן ישועות און רפואות.


די מסע הקודש מיטן נאמען 'פועל ישועות' האט זיך אנגעהויבן זונטאג צופרי ראש חודש תמוז מיט א ווארימע תפילת שחרית ראש חודש ברוב עם הדרת מלך אינעם פראכטפולע בית מדרש 'פורת יוסף' אין עיר הקודש טבריה, ביי מוסף האט מען געהאט די זכיה אז די רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה מיט א נעימות און מתיקות. דערנאך האט זיך דער ציבור געוואשן צו א סעודת ראש חודש אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, ביים סעודה האט אויפגעטראטן די היסטאריקער הרב ישראל גאלדוואסער הי"ו וועלכע האט געשילדערט די היסטאריע פונעם מסירת התורה דור אחר דור, ביים ענדע האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה.


נאכן סעודת ראש חודש האט זיך אנגעהויבן די מסע התפילה, ביים ציון התנא האלוקי רבי מאיר בעל הנס, דערנאך איז מען אריבער צום ציון התנא רבי יוחנן בן זכאי און פון דארט איז די רבי שליט"א אנגעקומען מיט די פמליא צום ציון הקדוש פונעם הייליגן של"ה ווי מען האט ממשיך געווען מיט די מזמורי תהילים, און דערביי געזאגט שער תפילת השל"ה אבות על בנים.


דאן איז מען צוגעפארן צום איר אלטן בית החיים בעיר הקודש טבריה, מקום מנוחתם כבוד פון שרפי מעלה תלמידי הבעל שם טוב הקדוש, וואו מען האט פוקד געווען דער ציון הקדוש פון הרה"ק מהוסיאטין זי"ע, און אויך צוגעגאנגען צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער זי"ע מגדולי תלמידי הבעל שם טוב הקדוש, די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי התעוררות כהכנה דרבה לעלייה לציון, און אלע משתתפי הנסיעה זענעןן דורך איינצגווייז ביים רבי'ן שליט"א מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים. אזוי ווי די נאכט איז געפאלן אריינטרענטדיג אינעם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי נחמן מהאראדענקא זי"ע תלמיד חבר פונעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע, איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צום הייליגן ציון און דארט שופך שיח געווען א תפילה חרישית לישועת כלל ישראל.


תיכף דערנאך אונטער דעם התעוררות'דיגן רושם איז דער גאנצע ציבור אריבער צום פראכטפולע האטעל נעבן דעם בית החיים ווי עס איז פארגעקומען א רייכע מסיבת הכרת הטוב פאר די משתתפי המגבית, עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך, און בעלי השיר האבן מהנה געווען בשירה וזמרה, נאכן סעודה איז מען ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון, וואו די רבי האט מתפלל געוועהן אינעם מערה אויסבעטנדיג ישועות ורפואות, דאן האט מען ממשיך געווען מיט תהילים על הסדר ביזן ענדיגן גאנץ ספר תהילים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות, נאכן מסיים זיין גאנץ ספר תהילים האט די רבי געזאגט די קדיש און גענימען קוויטלעך פון די משתתפי הנסיעה.


דאן איז מען ארויף צום דאך פונעם ציון הק' ווי עס איז פארגעקומען א שולחן לחיים און מעמד נעילת היום, ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני מירון מיט גרויס דביקות און התלהבות, די רבי האט דערנאך משמיע געווען אמרי קודש, און ארויס אין א ריקוד של שמחה, מיטן ניגון וימלא משאלותינו מיט געהויבענע געפילן אז מען האט זיכער געפוילט גרויסע ישועות וכל מילי דמיטב.













































































































Comments


bottom of page