דינסטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם זונטאג (קרח) נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו באשיינען די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי, אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי ישיבה אור ודעת ווי דער רבי האט באגלייט די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל אינאיינעם מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ביים אנקומען צום חומש סעודה האט זיך די רבי באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבנאן און מיט הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי , די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער, און דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה בטהרה און מסיים געוועהן ברכות לרוב.
נאכן מעמד החומש סעודה איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי פילע חסידים ונגידים וועלכע האבן אויפגעטריבן א סכומים הגונים ביים 'להעמידם' קאמפיין לטובת די סאטמארער מוסדות אין מאנסי האבן אפגעקויפט זכותים אין די מוסדות. די רבי שליט"א האט אונטערגעשריבן די שטרות מיט די נגידים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער.
Comments