top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר ערווארטעט אויף קורצע באזוך אין שטאט מאנטריאל לרגל חתונה בבית הנגיד בנש"ק ר' יהודא ווייס

מאנטאג פ' לךלך • ח' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


צהלי ורוני יושבת מאנטריאל


ברגשי גיל ויראת הכבוד גרייטן זיך תלמידי וחסידי סאטמאר אין מאנטרעאל לקבל פני קדשו פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואס וועט דעם קומענדיגן מיטוואך מופיע זיין אין די שטאט אויף א קורצע באזוך צו באשיינען די שמחת הנישואין בבית הנגיד בנש"ק ר' יהודא ווייס הי"ו פון קרית יואל מהיושבים ראשונה במלכות סאטמאר. דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן און וועט מסדר קידושין זיין ביי די חופה אלס אות הכרת הטוב פארן חשובן נדיב וואס אויסער זיינע פולע נדבות פאר כל קדשי קהילת סאטמאר ומוסדותי' די בכל אתר ואתר, וועט ער יעצט זיין דער נחשון מיט א פאנטאסטישן סכום צום קרן היסוד פונעם בנין התלמוד תורה החדש אין מאנטרעאל יצ"ו.


גלייכצייטאג וועט די רבי שליט"א אפשטאטן א קורצן באזוך בקרב חסידיו אינעם ביהמ''ד החדש דקהל יטב לב אין מאנטרעאל.



Comments


bottom of page