top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר קעגן 'קול חומת הדת' האטליין

נעכטן ביינאכט איז פארגעקומען א גרויסארטיגע 'עצרת הספד' לזכרו הבהיר פון כ"ק הגה"צ גאב"ד שאפראן זצ"ל ווי צווישן אנדערע מספידים האט אויפגעטראטן מחותנו יבדלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דער רבי שליט"א האט א א לענגערע צייט ארומגערעדט מילי דהספידא ודברי הערכה אויף דעם גרויסן נפטר און באוויינט די גרויסע אבידה, וועלכע איז געווען אין די בחי' פון א קרבן ציבור אין דעם שווערן עת צרה.

בתוך הדברים האט דער רבי ארויסגעברענגט די שטארקע מלחמה פונעם שאפראנער רב ז"ל קעגן די הפקירות פון יחידים וואס טוען על דעת עצמם און מאכן אן חורבנות בכרם בית ישראל. בפרט ביי די מערכה קעגן די עירוב אין וויליאמסבורג וואו דער רב שליט"א איז געשטאנען בראש המלחמה קעגן דעם "איש כל הישר בעיניו יעשה" פון אומ'אחריות'דיגע יחידים.

דאן האט דער רבי שליט"א אויפגעשטורעמט דאס זאל מיט דברים חוצבים להבות אש און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג, איבער דער געפערליכער עלבון התורה, וואס ווערט אפגעטון אין די לעצטע תקופה מיט א צורה פון 'קנאות', ווען געוויסע טעלעפון ליניע'ס וואס זענען מבזה רבנים וגדולי תורה און מסינ"פ'דיגע עסקנים, אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן זיינס גלייכן ביי קיין שום מלחמת ה' אין אלע דורות.

דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אויסטערלישע זהירות פון הייליגן סאטמאר רבי'ן זי"ע ווען ס'איז געקומען צו די מערכות הקודש למען שלימות דת תורתינו הק', וואס איז געווען ריין און לויטער פון יעדע סארט פגיעה פערזענליך אויף סיי וועמען און האט קיינמאל נישט געצילט קעגן קיין יחידים, נאר איז געווען דורכגעווייקט מיט אמת'ע אהבת ישראל.




Comments


bottom of page