דינסטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
הונדערטער אידן בני ירושלים האבן נעכטן פורים דמוקפין מיטגעהאלטן דעם משתה היין בצל הקודש פונעם פאר הדור הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א אינעם גרויסן 'ויאמר יצחק' זאל אין ירושלים, די מעמד האט זיך אנגעהויבן כחצות היום און האט זיך פארצויגן פאר גאנצע צוויי שעה אין א הייליגע אטמאספערע בתופים ובמחולות ווען אינדערמיט האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א פארגעזינגען פילע ניגוני שמחה מיט גרויס התלהבות.
דורכאויס די משתה היין האט ר' יעקב מאיר שליט''א עטליכע משמיע געווען דברי תורה מענייני דיומא, און ספעציעל אויפגעשטורעמט די פארזאמלטע ציבור איבער די שעדליכקייט פון די טעכנאלאגישע כלי משחית וואס דאס איז די עמלק פונעם היינטיגן דור, און די שטארקע הרחקות וואס פאדערט זיך צו זיין אפגעשיידט פון די אלע טעכנעלאגישע כלים מכל וכל, די רב שליט"א האט שטארק מעורר געווען אז מען דארף זעהן מוחה צו זיין אין אויסרייזן דעם עמלק - צוברעכן די אלע כלים און דערביי אויסגעשריגן בקול רעש גדול 'תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תפחד' מען זאל זיך נישט דערשרעקן און מורא האבן צו צוברעכן די כלים המשחיתים.
א מחזה הוד פון קידוש שם שמים איז געווען ביים ענדע פונעם מעמד ווען מען האט מען דערלאנגט פאר א טריפה'נעם כלי פון איינער פון די משתתפים ביים טיש וואס איז נתעורר געווארן פון די הייליגע דיבורים, הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א האט מיט א צהלת פנים אנגעכאפט דעם כלי און דאס צובראכן אויף פיץ פיצלעך, ווען דער פיל קעפיגער ציבור ברעכט אויס אין פייערליכע טענץ 'מחה תמחה את זכר עמלק' אין א הייליגע און טהרה'דיגע אטמאספערע.
Comentários