דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט התרוממות של שמחה גרייטן זיך טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטצולעבן די חתונה רוממה וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך מאנטאג כי תצא אין שיכון סקווירא, א דאפלטע אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און אייניקל ביים שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א.
עס וועט גיין אונטער די חופה דער ערשטער אור-אייניקל בן אחר בן פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, החתן א זון פונעם אייניקל הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א און אן איידעם ביי הרה"צ רבי יצחק שליט"א חדב"ן פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הרה"צ רבי אלעזר יונה גינזבורג אב"ד סוואליווע זון פון כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א פון בארא פארק אן אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש.
די חתונה קומט פאר אינעם שאטער הגדול אין שיכון סקווירא, וואו ס'איז ערווארטעט צוגאסט דער גרויסער זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט אונטערנעמען א קורצע בליץ-באזוך קיין אמעריקע צו באשיינען די שמחה, אנקומען זונטאג צום חתן מאהל, און אהיימפארן צומארגנס פון די חתונה. אויך איז ערווארטעט די השתתפות פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א וואס וועט זיך משתתף זיין בטירחא דגופא צו מפאר זיין על ראש שמחתו.
דערנאך וועט נאכפאלגן א קייט פון שבעת ימי המשתה, די שבת שבע ברכות וועט פארקומען אין שטאט וויליאמסבורג, אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס האחים בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. א ספעציעלע שבע ברכות פאררופן דורכ'ן סקווערער רבי'נס שטוב געווידמעט פאר אלע עסקני חצר הקודש סקווירא, ובפרט די עסקנים פאר די שמחות אין סקווערער הויף, און די לעצטע שבע ברכות ונעילת ימי השמחה אינעם גרויסן שאטער אין שיכון סקווירא.
Comments