top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז פאררופט 'כינוס כללי' זיך מחזק צו זיין קעגן די נסיונות הזמן

מאנטאג פ' בשלח • י"ב שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


אלפי חסידי צאנז גרייטן זיך מיט עקסטאז מיטצוהאלטן די היסטארישע מעמד רצוננו, א ערשטמאליגע כינוס כללי וואס וועט צונויפברענגען אלע צאנזע חסידים פון איבער גאנץ ארץ ישראל, על פי קריאת הקודש און פערזענליכע איינלאדענונג פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


די ציהל פונעם גרויסן כינוס איז זיך מחזק זיין בעניני טעכנעלאגיע, און שטיין כחומה בצורה קעגן די ביטערע נסיונות הדור, בפקודת הקודש פונעם רבי'ן וועט יעדער איינציגער חסיד אנטייל נעמען ביי די גרויסע כנסיה לשם שמים, און זיך אינאיינעם דערווארעמען בדברי חיזוק והדרכה, ווען צום הויכפונקט וועט מען האבן די זכיה צו הערן דברות קודש מלהבות אש פונעם געטרייען מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.


די גרויסע מעמד וועט פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת משפטים כ"ו שבט, לסדר ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, די גיגאנטישע היכל רוזנברג אין קרית צאנז נתני' וועט אויסגעשטעלט ווערן אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם צו קענען ארייננעמען אין זיך די טויזענטער חסידים פון אומעטום, מערערע אסיפות קומען פאר אין די יעצטיגע טעג צווישן די טעטיגע עסקנים בחצר הקודש, און די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א בשליחות הקודש, אויסצוארבעטן אלע דעטאלן ברוחניות ובגשמיות, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין היסטאריע פון גאנצע זיבעציג יאר שנות מלכות בית צאנז בארץ הקודש, וואס אזא כינוס כללי וועט צונויפברענגען אלע חסידים פון אלע עקן לאנד.


די היסטארישע מעמד וועט פארקומען אויף א רירנדע פארנעם אויפצופלאמען יעדנס הארץ לתשובה ותיקון המעשים, באגלייט מיט אמירת פרקי תהלים און קבלת עול מלכות שמים, אין די יעצטיגע טעג איז ארויסגעשטעלט געווארן א בקשה מטעם די הויפט עסקנים, אז מער אינגעלייט זאלן קומען צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן פלאנירן דעם גאנצן מעמד און צוצושטעלן אלע דעטאלן על צד היותר טוב.






Comments


bottom of page