top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זעלטענע שמחת פדיון הבן בחצר הקודש קארלין סטאלין צום ערשטן מאל נאך 140 יאהר‎

מיטוואך פ' בשלח • ז' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א זעלטן היסטארישע שמחה איז נעכטן געפראוועט געווארן בחצר הקודש קאלין סטאלין, ביים שמחת פדיון הבן פון א איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, נאך קרוב צו הונדערט פערציג יאהר! וואס עס איז נישט אפגעראכטן געווארן א פדיון הבן אינעם קארלין סטאלינער גזע.


ווי באקאנט שטאמט כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א ממשפחת הלויים, און דעריבער איז דרוכאויס די יאהרן נישט אויסגעקומען א פדיון הבן אין די משפחת המלוכה, און ווי די חוקרי החסידות בחצר הקודש צייכענען צו איז דאס לעצטע מאל וואס עס איז אפגעראכטן געווארן א פדיון הבן בחצרות סטאלין קארלין געווען ביי הרה"צ ר' אשר פערלאוו הי"ד בנו בכורו פון הרה"ק רבי ישראל מסטאלין זי"ע באקאנט אלס דער ינוקא, מיט 139 יאהר צוריק בשנת תרמ"ו, שאפנדיג היסטאריע ביי די יעצטיגע שמחה.


אין א זעלטענע פאל זענען געקומען צופארן קיין גבעת זאב טויזנטער חסידים זקנים עם נערים פון אלע שטעט, נישט וועלנדיג פארפאסטן אזא היסטארישע געשעניש, און עפ"י הוראת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א איז געגעבן געווארן רשות פאר די תלמידי הישיבות צו קומען מיטהאלטן די שמחה, אויך די ילדי התלמודי תורה פון איבער גאנץ ארץ הקודש האבן מיטגעהאלטן די מעמד דורך א אקאפ.

די רך הנפדה איז אן אייניקל פון חתנא דבי נשיאה הרה"ג ר' משה וויליגער שליט"א זון פון הגה"צ רבי לייבל וויליגער ראש ישיבת תורה ודעת, א זון פון זיין איידעם הרב שלמה לייזער זון פון הגה"צ רבי שמואל דוד לייזער רב שכונת גינות דוד אין בני ברק. אלס כהן הפודה האט געדינט די פעטער הרה"צ רבי פנחס נפתלי בראנדער שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א.

לקראת די שמחה איז באנייעט געווארן א אלטע פארצייטישע ניגון שמחה וואס איז געזינגען געווארן ביי הרה"ק רבי אברהם אלימלך מקארלין הי"ד ביי זיין באזוך אין ירושלים הארט פארן קריג, און איז עטליכע יאהר צוריק געברענגט געווארן קיין סטאלין  דורך הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואס איז דערביי געווען באותו מעמד, און אצינד איז די ניגון געזינגען געווארן צום ערשטן מאל בחצר הקודש קארלין סטאלין, בשעת די חסידים זענען דורך וואונטשן לחיים.


עס האט זיך אויך משתתף געווען ביי די שמחה די פעטער כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א איינציגסטע ברודער פונעם רבי'ן שליט"א. בעפאר די מעמד האט מען געדאוונט מנחה, בשעת די פדיון האט דער רבי שליט"א געבעטן פונעם אב הפודה ער זאל איהם מוציא זיין מיט די ברכה פון שהחיינו דערגרייכנדיג דאס ערשטע מאל די מצווה ביי זיינע צאצאים, נאכן פדיון איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן לחיים, און מען האט געזינגען פרייליכע ניגונים. דערנאך האט פארגעזעצט די סעודת מצווה אין א דערנעבנדיגע זאל בראשות פונעם ראש בית אב דער רבי שליט"א, און די בני המשפחה.

bottom of page