דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי קארלין סטאלין אין ניו יורק קוקן ארויס מיט געגועים און התרגשות, מקבל צו זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע קומט אן די קומענדיגע וואך אויף א בליץ באזוך קיין ניו יורק, צו באשיינען בראש השמחה ביי די חתונה פון אן אייניקל.
דער רבי וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל זונטאג תצוה אין די נאכמיטאג שעות פון אויפן וועג קיין אמעריקא. מאנטאג צופרי וועט דער רבי דאווענען שחרית אין די צייטווייליגע ביהמ"ד דחסידי קארלין סטאלין אויף די אכט און פערציגסטע גאס אין בארא פארק. נאכן דאווענען וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים אין מסיבת לחיים און דער ציבור וועט קענען אריבערגיין שלום נעמען.
דורכאויס די טאג וועט דער רבי אויפנעמען דעם ציבור מיט קוויטלעך. אין די נאכמיטאג שעות וועט זיך דער רבי ארויסלאזן קיין שיכון סקווירא, ווי עס וועט פארקומען די חתונה פונעם אייניקל, החתן בן לבנו הגדול הגה"צ ר' דוד יהושע שוחט שליט"א אב"ד קהל חסידים לאס אנדזשעלעס, מיט הכלה בת הגה"צ אב"ד ווייטצען וומסב"ג שליט"א. די חתונה קומט פאהר אין די נייע זאלן פון 'לבנות לבנות' אין סקווירא שטעטל.
צומארגענס דינסטאג צופרי וועט דער רבי דאווענען שחרית אין די נייע גיגאנטישע בנין 'בית ברכה' דחסידי קארלין סטאלין אויף די צענטע עוועניו אינאיינעם מיט הונדערטער חסידי קארלין סטאלין פון איבער גרעטיער ניו יורק און ניו דזשערסי.
פארן דאווענען וועט דער רבי לייגן תפילין פאר נכדו הבחור הבר מצוה יונגסטע זון ביי בנו הגה"צ ר' דוד יהושע שליט"א אין נאכן דאווענען וועט פארקומען די מסיבת לחיים לכבוד די הנחת תפילין בתופים ובמחולות ווי מען וועט זיך ארויסלאזן אין פייערדיגע ריקודין לכבוד די שמחה במעון קדשו. שפעטער אין טאג וועט זיך דער רבי צוריקקערן קיין ארה"ק, נאכן קורצן באזוך על אדמת אמעריקא.
Comments