מיטוואך פ' בחוקותי • כ"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג ל"ג בעומר, צום בית מדרש הגדול דקהל שערי ציון דבאבוב וואס איז נדבת הרבני הנגיד ר' יצחק ציטראנענבוים לעי''נ זיינע עלטערן. אין די נאכמיטאג שעהן האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בתופים ומחולות און באגלייט די תהלוכת הספר ביז צום ביהמ''ד הגדול ווי טויזענטער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט בשמחת התורה ביי די פייערליכע ריקודין.
דערנאך, האט דער רב אריינגעפירט די ספר תורה און ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות. דאן נאו די רב אויפגעטראטן מיט'ן דרוש לכבוד נתינת ספר תורה כנהוג, און בתוך הדברים דערמאנט לשבח די פאטער פונעם נדבן וואס די ספר איז געשריבן לעילוי נשמתו הרה''ח הישיש ר' פינחס ציטראנעבוים מתלמידי הרה''ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.
פארנאכט איז די רב אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור במעמד קהל רב. דער רב האט געצינדן ליכט כנהוג און מכבד געווען אנשים מכובדים צו צינדען ליכט. מען האט געזינגען די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם און נאך. דערנאך האט דער רב געשאסן פייל און בויגן און משמיע געווען אמרי קודש בגודל קדושת היום משולב מיטן שמחת הכנסת ספר תורה. ביים פרייליכן זמר 'אמר רבי עקביא' האט זיך דער רב שליט"א אויפגעשטעלט אויף פייערליכע ריקודין בשלהבת אש קודש פאר לענגערע מינוטן, מ'האט ממשיך געווען די געהויבענע טענץ ביזן זמן ר''ת, ווען מ'האט געבענטשט און דערנאך געדאווענט מעריב בצאת היום הקדוש.
Comments