מאנטאג פ' ואתחנן • ח' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
גאר א שווערע נאכט איז אריבער אין די קארנעל שפיטאל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועמענס מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט, עס איז געוועהן ארום 1:00 באנאכט ווען מען האט אלאמירט די דאקטורים, און נאך גאר אן אנגעצויגענעם שעה ארום 2:00 באנאכט האט מען באוויזן עטוואס צו סטאביליזרן די מצב, ליידער האט מען אבער אנטדעקט א שווערע אינפעקציע וואס איז ווארשיינדלעך געוועהן דער גורם צו די קאמפליקאציעס די לעצטע מעת לעת. די דאקטורים האבן לעת עתה נישט קיין מהלך און מען זיצט מיט די הויכראנקיגע פראפעסארן אין שפיטאל איבער די דרכי הרפואה און ווייטערדיגע באהאנדלונגען אין די גורלדיגע שעות.
די רבי שליט"א געפינט זיך נאך ליידער אין א קריטישן צושטאנד און בלויז תפילות ישראל קען העלפן ארויסצונעמען דעם רבי'ן פון דעם שווערן מצב. אידן בכל מקומות מושבותיהם רייסן ווייטער איין די שערי רחמים אויסצופועלן א ישועה פארן רבי'ן און פאר גאנץ כלל ישראל, אשר כל בית ישראל נשען על זכותו פונעם צדיק הדור, ואפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים.
היינט נאכמיטאג האט זיך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיטן סקולענער רבי שליט"א, די טעלעפאן איז אריבערגעפירט געווארן צום שפיטאל צימער וואו עס געפינען זיך מיטן רבי'ן די קינדער און א צאל נאנטע מקורבים, די סקווירא רבי שליט"א האט איבערגעגעבן טרעפליכע דברי חיזוק פאר די אנוועזנדע זיך מחזק צו זיין אין די שווערע מצבים און געוואונטשן א רפואה שלימה און אריכות ימים ושנים פארן רבי'ן שליט"א.
לאור דעם שווערן מצב, איז פאררופן געווארן אויף מארגן תשעה באב נאכמיטאג א גאר וויכטיגע אסיפת התעוררות, וואו גדולי משפיעי דורינו וועלן מלהיב זיין הלבבות אויפ'ן טעלעפאן בחובת השעה.
די לייוו טעלעקאנפערענץ וועט זיך אנהייבן 3:00 נאכמיטאג מיט די דברי התעוררות דורכ'ן פה מפיק מרגליות הרה"צ רבי משה יוסף אונסדארפער שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, נאכגעפאלגט מיט פרקי תהילים, און דערנאך וועט מען זוכה זיין צו הערן די צענטראלע דרשה, דברי אלקים חיים פונעם פום ממלל רברבן הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.
די נומערן מיטצוהאלטן איז ווי פאלגנד:
848-488-9900
805-706-4696
718-618-9805
עורי נא, התעוררי נא, חלו נא פני קל, ת"ח שחלה, צריכים שיחלה עליו
Comments