top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז באזוכט בקרב קהילתו אין עיה"ק צפת לקראת די ימי הרחמים והסליחות

דאנערשטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן, אלימלך גרסטל, א.פ.

 

כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א איז דעם זונטאג אנגעקומען קיין עיר הקודש צפת, אויפצונעמען קהל חסידיו תושבי העיר לקראת ימי הרחמים והרצון. אנקומענדיג צום אלטן צאנזער ביהמ"ד איז דער רבי צום ערשט אריין אין א זייטיגע שטוב, ווי עס זענען אריין די ראשי ועסקני הקהלה פון צפת און האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט. אויך איז אריין דער מעיאר פון שטאט צפת מקבל זיין צו ברכת קדשו פון רבי'ן צום נייעם יאהר.


דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור בפתקי דרחמי א לענגערע וויילע. נאך קבלת קהל האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט פונעם זיידן הרה"ק בעל ייטב לב מסיגעט זי"ע וואו מ'האט געזינגען ניגוני הילולא. דערביי האט דער רבי פארטיילט א פלאש וויין פאר די חסידים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים לטובת די נייע צאנזער שטיבל אין צפת. נאכן מעמד איז דער רבי ארויס צום טאראסע און זיך אומגעקוקט אויף די נייע שטח וואס מ'האט לעצטענס אפגעקויפט צו פאברייטערן דאס ביהמ"ד.


פון דארט איז דער רבי אריבער צום נייעם צאנזער שטיבל אין די נייע חרדישע ישוב אין צפת און קובע מזוזות געווען ביים הויפט אריינגאנג פונעם ביהמ"ד און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און פארטיילט א תהילים כאות הוקרה פאר די עושים ומעשים לטובת די ביהמ"ד.



Comments


bottom of page