top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ציון יגילו במלכם • שיינעם מסיבת שבע ברכות בשמחת בית באבוב צוגעשטעלט דורך די ישיבות הקדושות

דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי

 

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מסיבת שבע ברכות בשמחת בית באבוב צוגעשטעלט דורך די תלמידים פון אלע באבובער ישיבות הקטנים עם הגדולים, ס'איז פארגעקומען אין די מתיבתא עץ חיים, בהשתתפות פון די הונדערטער תלמידים ועל צבאם די מגידי שיעור ומרביצי תורה.


מיט גרויס שמחה האט מען אויפגענומען די מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און די בחורים קאפעליע האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה. איינער פון די תלמידי המתיבתא האבן אויפגעטראטן מיט גראמען מענין שמחת בית צדיקים, און דער רב שליט"א האט געוואונטשן ברכת קדשו.


ביים שבע ברכות האט מפאר געוועהן בראש השמחה, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און אחיו אבד"ק מאקאווא אשדוד שליט"א וועם דער באבובער רב האט אויפגענומען ביותרת הכבוד. נאכן וואונטשן ברכת לחיים, איז דער אויבן אן ארויס אין א געהויבענעם מחול לצדיקים און דער רב שליט"א האט ארויסבאגלייט דעם מאקאווא רב לרחובה של עיר. באזונדער האט מען מיט גרויס כבוד האט מען אויפגענומען הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער רב האט אויפגענומען דעם גאסט מיט א קענטיגע הערצה, און זיך נאכגעפרעגט איבערן מצב הבריאות ביי אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דאן האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי ברכה פאר די בחורים, און געשמועסט איבער די נאנטע קשר פון בעלזא און באבוב.


דער רב שליט"א איז דאן ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א, און אויך אריינגענומען די חתן און מחותנים אינעם רינג.


לכבוד די שמחה איז ערשינען א נייעם הערליכע ספר 'פתח דבריך' שמועסן און סיפורים דורכן מגיד שיעור הרה"ג ר' נפתלי הירץ לעזער שליט"א מרביץ תורה אין די באבובער מתיבתא.


























Comments


bottom of page