מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
מיט התרוממות הנפש וחדוה דקדושה איז פאריגע מיטוואך געפראוועט געווארן די געהויבענע שמחת החתונה פונעם אייניקל ביי הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, די חתונה איז פארגעקומען אויף א גרויסן פארנעם אין די זאלן פון פביליון אין די תלפיות געגנט נעבן ירושלים, וואו הונדערטער חסידים ומעריצים האבן מיטגעלעבט לאנגע שעות בצילא דמהימנותא עילאה אין א שמחה'דיגע שטימונג.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"ג ר' ניסן משה גראס שליט"א רב קהל חסידים אין קרית ספר, זון פון כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק אייזיק כהנא שליט"א רב ביהמ"ד זופניק אין ירושלים, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב ישראל שמערלער ראש ישיבת אהבת התורה, זון פון הגה"צ ר' חיים שמערלער שליט"א רב ביהמ"ד היכל צבי צאנז אין ירושלים, און איידעם ביי הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב
ארום זיבן אזייגער אויפדערנאכט איז דער געהויבענער זיידע הגה"צ ר' צבי מאיר שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים, א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, ווארעמע ניגונים וואס ווערט געזינגען ביי שלש סעודות מדי שבוע בשבוע בחצר הקודש נחלת יעקב, דורכאויס די קבלת פנים האט ר' צבי מאיר זיך אויפגעשטעלט אויף זיין פלאץ און אויפגעפלאקערט דעם ציבור מיט א געוואלדיגע התעוררות קרוב צו א שעה צייט.
ארום ניין אזייגער האט מען פארענדיגט די קבלת פנים, און דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען א פייערדיגע תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך, א געהויבענע תפילה ביום החופה וואס האט זיך געצויגן פאר א לאנגע צייט. און הערשט אום ניין דרייסיג איז מען ארויס צו די מעמד החופה ברחובה של עיר.
דורכאויס די חופה האט מען געזינגען ווארימע ניגונים א לענגערע צייט, דער זיידע כ"ק אדמו"ר מהאלאמין שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין. דער זיידע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, די ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס הרב החסיד ר' משה זילבערבערג שליט"א פאטער פונעם משפיע, הגה"צ רבי יצחק אייזיק כהנא רב ביהמ"ד זופניק און ברכה אחריתא הגה"צ רבי חיים שמרלר אב"ד היכל צבי צאנז, נאכן חופה האט הרה"צ רבי צבי מאיר אנגעוונטשן כל העם הנאספים און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, דאן איז די גאנצע ציבור חסידים ומעריצים דורך ביים משפיע לברך ולהתברך פאר קרוב צו א שעה און א האלב.
אום 11:30 אויפדערנאכט איז ר' צבי מאיר שליט"א אריינגעקומען אין זאל אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים צום סעודת החתונה, און פאר לאנגע שעות מעודד געווען די ריקודין, געטאנצן לעבעדיג און דערהויבן דעם ציבור העכער און העכער. עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי די הונדערטער תלמידים וחסידים פרייען זיך מיט בשמחתו הגדולה, זייענדיג ארומגענומען מלא התרגשות וכיסופין, און מלא הודאה פארן בורא כל עולמים.
צווישן די אדמורי"ם רבנים ואנשים חשובים וועלעכע האבן זיך באטייליגט דורכאויס די שמחה איז געוועהן הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב וואו ביידע משפיעים זענען ארויף אין די הייעך און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אינאיינעם וינעו אמות הסיפים.
אום דריי אזייגער האט מען געבענטשט, און נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ, וואו עס זענען געטאנצן די זיידעס און מחותנים און צום הויכפונקט האט מען אויפגערופן דער געהויבענער זיידע הגה"צ ר' צבי מאיר שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה בהתלהבות אש קודש. עס איז שוין געווען קרוב צו זיבן אזייגער אינדערפרי ווען דער ציבור האט פארלאזט די זאל נאך די געהויבענע שמחה, אנגעזאפט מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.
Commentaires